ארטיקלען און געדאנקען

אינספירירנד: מיין מסירת נפש צום יום טוב חנוכה, הויכראנגיקער מדינת ישראל איינגעשטעלטער ‘יולי עדלשטיין’ רעדט צו אידישער ווינקל

“מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך” – אריינפיר: פאריאר חנוכה תשע״ח אין די סעריע פון ״בימים ההם בזמן הזה״ האבן מיר געשריבן אויף ״אידישער ווינקל״ איבער די גרויסע מסירת נפש צו צינדן נרות חנוכה פון דער אסיר ציון יואל עדעלשטיין אין יאר תדש״ם. לויט ווי דער בעל המעשה, דער הויכראנגיקע רעגירונגס איינגעשטעלטער, וואס דינט אלס דער מאכטפולער ספּיקער און טשעירמאן פון די מדינת ישראל פּארלאמענט, האט עס דערציילט פאַר תלמידים אין ישיבת ״המדרשה החסידית״ אין ביתר עלית און דער ראש ישיבה שליט״א האט עס דאן איבערדערציילט די מעשה פאר משה קליין.

נאכדעם וואס די ארטיקל האט שטארק גע׳רעש׳ט אין די אידישע וועלט און דער שרייבער ״משה קליין״ אינאיינעם מיט די אידישער ווינקל רעדאקציע האבן באקומען אסאך קאמענטארן און אינטערעסע אין די געשיכטע פון די טויזענטער ליינער האט משה קליין ספעציעל אפגעהאלטן א שמועס מיט’ן בעל הנס יולי עדעלשטיין דעם מוצאי שבת קודש צו הערן מער פרטים. ליינט און האט הנאה.


דער בעל המעשה און די שרייבער פון די שורות קענען זיך שוין עטליכע יאר. מערערע מאהל האב איך זיך געוואלט אראפזעצן מיט איהם שמועסן איבער זיין הויכע רעגירונגס פאזיציע און זיין פאליטישע קאריערע. זייענדיג א באשיידענע מענטש וואס לויפט אוועק פון פרסום און כבוד האט ער זיך כסדר ארויסגעדרייט ביז איך בין געקומען רעדן איבער זיין עבר אינעם סאוויעט פארבאנד כדי צו אינספירירן אנדערע אידן פאַר שמירת המצות, דא האט ער ענדליך מסכים געווען מיר צו שענקן עטליכע מינוט.

יולי עדלשטיין מיט דער שרייבער פון די שורות משה קליין

און ער האט אנגעהויבן דערציילן זיין געשיכטע.

געווען איז דאס 19 דעצעמבער 1984, אין סאָוויעט פארבאנד אונטער דער קאמוניסטישע פורהאנג, דער טאָג וואס איך בין פאר’משפט געווארן צו דריי יאר טורמע פון שווערע אַרבעט אין אַ אַרבעט לאַגער אין גולאג אין דרום סיביר.

ער איז ארעסטירט געווארן אין זיין הויז דורך די קעי. דשי. בי. אפיציעל איז ער באשולדיגט געווארן אין פארמאגן אומלעגאלע געווירצן אָבער די ריכטיגע סיבה איז געווען זיינע אידישע טעטיגקייטן און לעקציעס וואס ער האט פארשפרייט מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים אינטערן אייזערנעם פירהאנג.

עדעלשטיין איז אויפגעוואקסן אין רוסלאנד׳ס הויפטשטאט מאסקעווע אין א שטוב ווי עס איז נישט געווען קיין שום סימן אז דא וואוינט א אידישע משפחה, אלץ איז געווען קריסטליך. ער איז טאקע געווען ארומגענימען מיט ע״ז אבער דאס אידישע פינק האט געברענט. זיינע עלטערן האבן גארנישט געוואוסט פון אידישקייט אבער זיין זיידע וואס האט געוואוינט אין אוקריינע האט יא געקענט לערנען, ער איז געווען א איד וואס האט זיך ל״ע אסימילירט און אפגעלאזט דאס אידישע לעבן.

כאטש ער האט זיין זיידע׳ן קיינמאל נישט געזעהן גיין אין שול אדער מקיים זיין א מצוה, פלעגט אבער דער זיידע יעדע יאר ערב פסח גיין איינקויפן א שטיקל מצה ביי די עלטערע פרויען אין עק פון שטעטל. ווען דער זיידע איז געשטארבן האט ער אנטדעקט א הויפן אידישע ספרים געשריבן אין לשון הקודש, ער האט דאן זיך אריינגעלייגט אין שטודירן אידישקייט און אנגעהויבן געבן תורה שיעורים און מאכן קידוש מיט אידישע סטודענטן פרייטאג צונאכטס.

עס איז געווען נאָך דריי חדשים וואס איך בין געזיצן איינזאַם אין א אפגעזינדערטע טורמע צעל, דערציילט עדעלשטיין ווייטער, “איך בין געקומען צום געריכט הויז ווי מען גייט פארליינען די גזר דין. די גאנצע זאַל איז געווען פול מיט  פּאָליציי און זיכערהייט וועכטער, ביי א געווענליכע פּראָצעס זענען קרובים ערלויבט צו קומען, אָבער יעצט האבן די יעניגע אָנגעפילט אַלע זיצן, ערגעצוואו איז געלונגען פאר מיין פרוי און מיין מאמע זיך אריינצוקוועטשן”.

נאָכן ארויסגעבן די פסק דין האבן צענדליגער פּאָליציי אפיצירן איהם ארומגענומען באגלייטן צו זיין צעל, אויפן וועג האט ער ארויסגעשטופּט זיין קאָפּ דורך די זיכערהייט רינג. ער האט געהאט צייט צו זאָגן איין זאַץ צו זיין פרוי, וועם ער האט נישט געזען דריי חדשים, און ווער ווייסט וויפיל יאר וועט אריבערגיין ביז ער וועט איר ווידער זעהן. וואָס האט אים אזוי געברענט צו שרייען פארן אריינגיין אין טורמע?

“טאַניאַ מיין פרוי, וועלעכע ליכטל איז היינט?”.

די רוסישע זיכערהייטס באאמטע הערנדיג די פראגע פונעם אַרעסטאַנט וואס איז יעצט פאראורטיילט געווארן צו דריי יאר פון שווערע אַרבעט אין סיביר זענען געווען זיכער אז ער איז ל”ע אראפ פון זינען.

אין פאַקט אפילו זיין ווייב האט אזוי צו ערשט געמיינט, זי האט נישט פאַרשטאנען וואָס ער וויל, האט ער געשריגן העכער “וועלכע ליכטל איז היינט?”, הערשט נאכן איבערפרעגן עטליכע מאל, האט זי פארשטאנען וואס ער פרעגט. זי האט אים באלד צו

אידישער ווינקל’ס משה קליין כאפט א בילד מיט דער יולי עדלשטיין.

ריקגעשריגן, “היינט צינדט מען די צווייטע ליכטל!” יא, עס איז געווען זונטאג אינדערפרי דער ערשטער טאג חנוכה אום יאר תשד”ם.

יואל עדעלשטיין האט נישט געהאט ביי זיך א לוח אין טורמע, אָבער בשעת’ן אורטייל האט ער געהערט די גוי’אישע דאטום און פארשטאנען אז אין די טעג געפאלט אויס די הייליגע יום טוב חנוכה. עס איז איהם וויכטיג געווען צו וויסן וועלכע ליכטל מען צינדט אויפדערנאכט.

אין יענע פראסטיגע אָווענט, אין א טורמע צעל פול מיט פאראורטיילטע שווערע קרימינאלן האב איך זיך געשאפט צוויי שוועבעלעך. איך בין געשטאנען ביים פענסטער פאָרנט פון די אייזערנע גראטעס, און מיט כוונה געמאכט די ברכה “להדליק נר חנוכה”, “שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה” “שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה” און פארזיכטיג אנגעצינדן די צוויי שוועבעלעך.טרערן רינען פון זיינע אויגן ער קענען נישט באהאלטן זיין התרגשות כאטש עס איז שוין אריבער פינעף און דרייסיג יאר. “איך בין געשטאנען דארט ביים פענסטער פאַר עטליכע סעקונדעס, ביז די שוועבעלעך האבן זיך אנגעכאפט אין שווארץ פארברענט מיינע פינגער, דאן האב איך עס פארלאשן.״

עס איז מעגליך געווען די קורצסטע ‘הדלקת נר חנוכה’ אין די היסטאריע, ניטאמאל ווייס איך אויב האב איך יוצא געווען די מצוה כהלכה, אָבער וואס איך קען דיר יא זאגן מיט א זיכערקייט: די ביסל פייער פון די צוויי קליינע ליכטעלעך, האבן אוועקגענומען אסאך, אסאך פינסטערניש “.

פינעף אין דרייסיג יאר שפעטער שטיי איך יעצט דא אלס א איד א שומר תורה ומצוות אין ארץ ישראל, איך בין טאקע דורך אסאך פינסטערניש, אבער אין די זכות פון די הייליגע חנוכה ליכט און אמונה אין הקדוש ברוך הוא האב איך דורכגעטראגן די שווערע צייטן, א שטראל פון ליכטיגקייט האט מיר אלעמאל באגלייט, אזוי שפיר איך ביז היינט, ביז עס איז געקומען מיין פולקאמע ישועה ב”ה.

איבערן שרייבער

משה קליין

באמערקונגען

  • ,,פינעף אין דרייסיג יאר שפעטער שטיי איך יעצט דא אלס א ”איד? א שומר תורה ומצוות?” אין ארץ ישראל?,,

    עס דארף ארויסגעברענגט ווערן: אז דער פארשוין איז טאקע געווען א בעל מסירת נפש אין רוסלאנד… ביז…. ער איז אנגעקומען אינעם אזוי גערופענעם אידישע מדינה אין זיי האבן אים ליידער אפגעשמדט!! אזוי ווי זיי האבן געטון מיט די תימנע מאראקא וכו’
    אין איינגערעדט אז מיט דעם וואס ער האט א פאסטען אין די מדינת שמד איז ער שוין יוצא אין ער הייסט א שומר תורה ומצוות!!
    ער איז נעבעך א תינוק שנשבה!

    • די אנטווארט איז סתם א גערעדעכטס.
      ער איז אן אמת’ן שומר תורה ומצוות. וביודע ובמכירי קאמינא.
      ער דאוונט דריי מאל א טאג, היט שבת כהלכתה, עסט נישט קיין חמץ פסח. א.א.וו.
      מ’מעג ארויסגיין פונ’ם קליינעם אפגעשרימפענעם קאדער וואס זאגט אז דער וואס האלט נישט דעם שיטה הקדושה איז שוין א משומד.

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.