בילדער טשיקאווע נייעס

איך בין נישט א חלק פון די שפיל, איך בין דא געשטראנדעט…

א טשיקאווע אינצידענט האט פאסירט אין א רעסטוראנט אין פלארידא, ווען א קליינער אינגעלע האט געגליסט צו ארויסבאקומען א בערעלע אדער אנדערע שפילצייג פון אזא סארט גלאזערנע מאשין וואס איז א בחינה פון אן עי-טי-עם מאשין מיט “דעפאזיטס אנלי” און פאר די מתנות קען מען ווארטן ביז איבערמארגן ווען די גליטשיגע שוואכע אייזערנע צינגלען וועלן קיינמאל נישט ארויסברענגען אייער אויסדערווארטעטע געשאנק…

דער אינגעלע האט זעט אויס גוט דערהערט וואס זיין רבי האט געזאגט איבער “והעקשן יצליח,” און האט באשלאסן צו אליינס נעמען די זאך אין די האנט אריין, און ארויסבאקומען א שפילצייג פון די מאשין, דורך אריינקריכן דערין, דאס ארויסברענגען, עס אהיימטראגן, און שוין…

ער איז אריינגעקראכן און זיך דורכגעשטופט די קליינע לעכל ווי די געשאנקען פאלן ארויס, אויסגעוועלט די בערעלע וואס איז אים דאס מערסטע געפאלן, און געוואלט ארויסקריכן צוריק…

פראבלעם איז אבער אז אריין איז גרינגער ווי ארויס, און ווי ביי די באקאנטע מעשה מיט די פוקס וואס האט זיך אנגעגעסן און נישט געקענט דורכגיין די טיר, איז דער אינגל געבליבן געשטראנדעט, אנהויבנדיג האקן אויף די גלאז צו ערשטוינטע פארבייגייער.

די געשעפט באאמטע זענען געקומען צו לויפן, און גערופן די פייערלעשער וועלכע האבן אים ארויסגעראטעוועט פון דארט נאך ארבעטן אויפן טיר פאר 5 מינוט.

דער אינגל איז דערווייל געזיצן באקוועם אויף די סחורה’נע בערעלעך, און געוויינט…


בילדער


דער אינגעלע געשטראנדעט אין די מאשין, ווילנדיג ארויסבאקומען א שפילצייג…

שאקירטע ארבעטער און פארבייגייער האקן און זעצן פרובירנדיג צו עפענען דעם גלאז.

דער אינגעלע ווערט באפרייט דורך די פייערלעשער.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.