מאנטרעאל. – אין די אלד-פארט, א הערליכע פרעזערווירטע בארטן וועלכע ציעט מיליאנען טוריסטן פון איבער די גאנצע וועלט, האט מען ארעסטירט דריי יוגנטליכע פארן וואנדאליזירן די געגנט מיט ראסיסטישע און אטאקירנדע לאזונגען, קעגן א רייע עטנישע גרופעס אריינגערעכנט אידן.
דער אינגערמאן וואס האט צוגעברענגט צו זייער ענדע, דערציילט אז ער איז ארומגעפארן אין געגנט ווען ער האט באמערקט ווי דריי יונגע פארשוינען, זענען פארנומען באשפריצן און גראפיטירן איינע פון די ווענט מיט זייערע געמיינע לאזונגען.
ער האט גערופן די פאליציי און געווארט אויף די ליין 3 מינוט ביז ווילאנג עס האבן זיך באוויזן די ערשטע אפיצירן, נאכפארנדיג שטיל די דריי יוגנטליכע וואס האבן אנגעהויבן אוועקשפאצירן פון די סצענע.
דער אינגערמאן האט זיי אויסגעשפורט, און ווילאנג די פאליציי האט שוין פארשטאנען פינקטליך די סיטואציע האבן זיי זיך באוויזן ספאנטאן פארנט פון די דריי און זיי געקייטלט.
דאן האט דער אינגערמאן צוגעוויזן די שענדליכע גראפיטי, און געגעבן זיין עדות’שאפט.