ס’איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע אין העכסטן געריכט פון פאריז, קעגן די לאבער מוזעאום, אז זיי זאלן אומקערן די ביינער פון הילני המלכה פאר אידן, נאכדעם וואס ס’איז לכאורה גערויבט געווארן פאר בערך 150 יאר צוריק.
דורכאויס די לעצטע יארן זענען פארהאנען א גרופע מיטן נאמען ‘הקדש קברי המלכים’ וועלכע פירן א קאמף צו שאפן אלע קברים פון אידישע פערזענליכקייטן איברע די וועלט. די ‘הקדש’ ווי זיי רופן זיך, האט שוין אריינגעגעבן אפאר קלאגעס ביז יעצט.
ווי באקאנט איז דא אן ארט ‘קברי המלכים’ וואס דער אר”י הקדוש האט מגלה געווען אז דארט ליגן אויך נקדימון בן גוריון און כלבא שבוע, וואס זענען געווען א דור נאך הילני המלכה. דאס ארט ווערט שוין דערמאנט אין יוסופין אז דארט האט מען געלייגט הילני המלכה, א אידישע קעניגן וואס האט זיך מגייר געווען און איז ארויף קיין ירושלים אין ענדע פון זמן בית שני. זי ווערט דערמאנט אין חז”ל צוליב אירע לייסטונגען פאר די הייליגע בית המקדש, און נאך.
אין 1864 האט דער ארכיאלאג פליסיאן דע סולסי אויסגעגראבן דאס ארט און גענומען מיט זיך אלע געפינסן קיין פאריז און עס געשטעלט אין די לאבער מוזעאום. ווי די קלאגע זאגט, האט ער מיטגענומען אויך ביינער און עס ליגט באהאלטן אין די קעלערן פון די מוזעאום.
יעצט וועט די העכסטע געריכט דארפן אורטיילן צו זיי דארפן טאקע צוריק געבן די ביינער אדער נישט.