טראץ וואס גענז און קאטשקעס זענען געווענליך שיינע פייגלעך וואס געבן צו שיינקייט צו די באשעפער’ס וועלטל און נאטור, און דערווייטערן זיך אלעמאל פון מענטשן, קענען זיי אבער ווערן גאר ווילד און אגרעסיוו ביזן אטאקירן מענטשן און באשעפענישן וואס זיי באטראכטן אלס געפאר, ספעציעל ווען עס האנדלט זיך פון זייערע נעסטן מיט אייער אדער קליינע פייגל.
א 16 יעריגער יוגנטליכער פון ענגלאנד מיטן נאמען אייזעק קאולינג, און עטליכע פון זיינע פריינט האבן געשפילט גאלף אין א ריזיגע פעלד. זיי האבן באמערקט ווי נישט ווייט אוועק שטייען עטליכע גענז און באהיטן זייער נעסט. די שפילער האבן פרובירט צו איגנארירן די פייגל, און שאפן אן אפווייטערונג, אזוי אז די גענז זאלן זיין רואיג אז מען וויל זיי נישט טשעפענען.
ווי עס שיינט זענען אבער די גענז געווען אומצופרידן פון די קינדער וואס טאנצן ארום אין זייער געגנווארט און האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א ווילדע אגרעסיווע אטאקע אויף אייזעק. ער איז אראפגעפאלן צו דער ערד, און זיי האבן פארגעזעצט אים צו אטאקירן מיט זייערע גרויסע פליגלען.
דער יוגנטליכער האט נישט געליטן פון קיין ערנסטע וואונדן און איז געבליבן מיט שרעק פון די ווילדע אטאקע, דערציילנדיג אז ער האט געהערט אין זיין אויער ווי די גענז מאכן אלע סארט גערודער און אטעמען שווער זייענדיג אין א מיסיע אים צו אפשרעקן און פארטרייבן.
אויב בין איך ברוגז אויף עמיצן, האט געזאגט דער שלימזל’דיגער אינגל, איז עס נישט אויף די גענז וואס האבן פרובירט צו היטן אויף זייערע קינדער, נאר אויף מיינע פריינט וואס האבן זיך אונטערגעהאלטן, געכאפט בילדער, און געשמייכלט אנטשאט מיר העלפן אין דעם געראנגל מיט די ווילדע גענז.