טשיקאווע נייעס

דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו יריד אין פינלאנד

ארום 15 טויזענט מענטשן האבן זיך באטייליגט ביים גרויסן לעגאו יריד אין העלסינקי, די הויפטשטאט פון פינלאנד, צו באטראכטן פארשידענע סאטרוקטורן און אינטערעסאנטע זאכן געמאכט פון לעגאו.

די באזוכער – קינדער און ערוואקסענע – האבן געזען פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן, ווי נאכגעמאכטע שטעט, פארקס, און אויך באקאנטע פיגורן וואס זענען נאכגעמאכט געווארן מיט לעגאו שטיקלעך, צווישן זיי א ריזן סטרוקטור פון פרעזידענט דאלאנד טראמפ.

באזוכער האבן געקענט צולייגן א פלייצע און העלפן אויפבויען פרישע פראיעקטן וואס איז זיי בייגעפאלן צו מאכן – פארשטייט זיך אז פאר א געפעפערטע אפצאל.

די ‘לעגאו’ פאבריק וואס איז הויפטקווארטירט אין דענמארק, פראדוצירט שוין די לעגאו שפילצייג זינט יארע 1949.

נאכדעם וואס זיי האבן כמעט באנקראטירט אין יאר 2003 ווען די עלעקטראנישע שפילצייגן האבן געדראעט זיי צו אונטערברענגען, האבן זיי איבערגעמאכט זייער שפילצייג אויף פיל מער א קאלירפולע פארנעם, און זינט דאן גייען זיי בארג ארויף.

דריי יאר צוריק האבן פראפעסארן אין ניו זילאנד זיך אפגערעדט אז די לעגאו שפילצייג ווערט ‘מער און מער ווילד’ און אז זיי לייגן צו פילע ברוטאלע און ווילדע סארט פיטשיווקעס, וואס ברענגט אריין די קינדער וואס שפילן דערמיט, אין אן אטמאספערע פון קרימינאליטעטן און געוואלדטאטן.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.