טשיקאווע נייעס

דראגס און סעלפאונס געשמוגלט צום טורמע דורך א דראון

די פאליציי אין אהייא האט געכאפט א ארעסטאנט אין די אוקליד טורמע אינעם קויאהוגא געגנט מיט א סעלפאון און מיט דראגס, וואס ער האט אריינגעשמוגלט אין טורמע מיט די הילף פון א… דראון.

דאס האט פאסירט נאכדעם וואס די וועכטער האבן נאכגעקוקט די זיכערהייט קאמערעס, און געזען ווי דער ארעסטאנט שפילט זיך ארום ביי א לעכל מיט נאך אנדערע ארעסטאנטן, ווען פלוצים הייבן זיי זיך אויף די קעפ צום הימל, און מאכן פארשידענע תנועות מיט די הענט ווי איינער וואס קאנטראלירט א דרייווער…

א קורצע צייט שפעטער זעט מען ווי ס’פאלט אראפ א שווארצן זעקל פון האויבן, און דער ארעסטאנט באדעקט עס מיט א שטיקל סחורה. די זיכערהייט באאמטע פון דאס ארט פארשן אויס די אינצידענט, און זיי וועלן אנקלאגן די אלע ארעסטאנטן פאר טורמע פארלעצונגען.

ס’איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ארעסטאנטן שמוגלען אריין זאכן אין אהייא טורמעס דורך דראונס, עס האט שוין פאסירט אן ענליכע געשיכטע אין יאר 2015 אין די מענספיעלד טורמע אין אהייא.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.