א מאסיווער אויפרייס האט פאסירט אין א געביידע וואו מען מאכט פארשידענע כעמיקאלן, אין די שטאט רואן אין פראנקרייך, וואס האט געברענגט צו א פראשפייטונג פון שעדליכע רויעך איבער די גאנצע געגנט.
אזויפיל ווי 300 פייערלעשער זענען געקומען באקעמפן די פייערן, אלע שולעס און געשעפטן זענען פארמאכט געווארן, ווען די איינוואוינער פון שטאט זענען פארבעטן געווארן צו בלייבן אינדערהיים.
ס’איז דערווייל נישט קלאר ווי אזוי דאס האט פאסירט, און די פייערלעשער האבן גאר גאר שווער געארבעט צו פארלעשן די פייער, וואס האט געשאסן גאר אסאך געדעכטע און שעדליכע רויעך. דורכאויס די פראוון צו פארלעשן די פייער, האט מען כסדר געהערט פילע אויפרייסן פון אינעווייניג אין די פאבריק.
עקספערטן זאגן אז ס’איז דא ערנסטע שאנסן אז די וואסערן פון די סאן טייך איז געווארן פארפעסטעט פון דעם, און מען האט דערווייל פארשלאסן צוטריט צום גאנצן אומגעגנט.
די רעדע איז פון א פאבריק וואס האט שוין ארויסגעליעקט אין יאר 2013 שעדליכע גאזן און געברענגט צו א שארפע גערוך און א ערנסטע געפאר פאר די איינוואוינער אין געגנט.