די אוסטראלישע קאנטער-שפיאנאזש אגענטור באקאנט אלס די ASIO – האט ערנסטע פארדעכטן אז כינע האט פרובירט איינצופלאנצן א שפיאן אין די פארלעמענט אין קאנווארע. דאס קומט נאך א באריכט אין א לאקאלע מידיע נעץ אז עטליכע כינעזע אגענטן האבן זיך געוואנדן צו באו ניק דזשאו, א קאר סוחר פון מעלבוירן, און אים אנגעטראגן א מילאן אסטראליישע דאלער אז ער זאל לויפן אלס א פארלעמענט מיטגלידער ביי די וואלן וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם מאי.
באו, א 32 אוסטראלישער כינעזיש-אפשטאמיגער בירגער, האט אפגעזאגט דעם פארשלאג, און זיך געוואנדן צו די ASIO מעלדן וואס ס’איז פארגעקומען. די קומענדיגע מערץ איז ער געפינען געווארן א טויטער אין א האטעל צימער אין מעלבוירן, און דערווייל האט די פאליציי נישט געקענט באשטעטיגן פון וואס ער איז געשטארבן.
דער אוסטראלישער פרעמיער סקאט מאריסטן האט געזאגט אז די באריכטן זענען זייער באזארגענד, און אז די רעגירונג וועט גאר ערנסט נעמען אין באטראכט וואס ס’גייט פאר. ער זאגט אז די רעגירונג איז שטארק אנטשלאסן צו היטן אויף אסטראליעס פרייהייט און זיכערהייט, און גלייכצייטיג אפעלירט מ’זאל נישט שפרינגען צו שנעלע מסקנות איבער דעם טעמע.
דער הויפט שפיאנאזש אגענטור מייק בורדזשעס זאגט אז מ’רעדט דא פון זייער ערנסטע פארדאכטן וואס זענען א שרעקליכע סכנה פאר אוסטראליעס דעמאקראטיע, און מ’גייט נאכגיין יעדע פרעמדע אייינפלוס אין לאנד.
די געשיכטע איז יעצט באקאנט געווארן נאכדעם וואס מ’האט געהערט באריכטן איבער א כינעזער שפיאן וואס האט דעפעקטירט קיין אוסטראליע און איבערגעגעבן אסאך אינערליכע ווערדפולע סודות וויאזוי כינע ארבעט שווער צו מאניפולירן אנדערע אויסלענדישע לענדער, און ער האט באזונדער ארויסגעגעבן אידיטענטן פון הויכראנגיקע כינעזער שפיאנאזש אפיצירן וואס דרייען זיך אין האנג קאנג, וועלכע ברענט אצינד נאכדעם וואס כינע פרובירט דאס צו באוועלטיגן.
פאר אוסטראליע איז די גוטע באציאונגען מיט כינע זייער וויכטיג, ווייל ארום א דריטל פון אירע ביזנעס רווחים קומען פון כינע. אבער מיט דעם אלעם ווערט די באציאונגען אנגעצויגן מער און מער צווישן די צוויי, נאכדעם וואס כינע ווערט כסדר געכאפט טוען מעשים אשר לא יעשו אין אוסטראליעס טעריטאריע.