“אייסיס”, די טעראר ארגאניזאציע וואס האט די לעצטע פאר יאר פארפלייצט דאס וועלט מיט שרעק, פאניק, בלוט און געפאר, האט אצינד באקומען זייער שטארקסטע קלאפ נאכן כאפן אסאך געזונטע שלעק די לעצטע שטיק צייט, מיט דעם וואס דער קאפ פונעם שלאנג – דער גרינדער און פירער פון די ארגאניזאציע, אבו באקאר אל באדאדי, איז געשטארבן דורכאויס א געוואגטע דראמאטישע אקציע וואס די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע האט דורכגעפירט דורך אירע עליטע סאלדאטן, טאקע פאר דעם צוועק.
אין דעם אקציע האבן אנטייל גענומען קריגס עראפלאנען, העליקאפטערס, דראונס, און די סאמע עליטסטע און געלערנטסטע מיליטערישע רעינדזשערס, אזוי אויך שמעק הונט, און ווען דער ארכי טעראריסט און מאסן מערדער האט געזען אז ער האט נישט קיין וועג ארויס, האט ער ווי א פחדן אקטיוויזירט זיין אויפרייס וועסטל, און זיין קערפער האט זיך צעפליקט אויף שטיקער – גענוי ווי ער האט געטוען פאר הונדערטער אנדערע מענטשן – ווען ער האט מיטגענומען מיט זיך אויך דריי פון זיינע קינדער.
פארלאפענעם מוצאי שבת האבן צירקולירט שמועות אז מען האט אים געכאפט, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געשריבן “עפעס גאר גרויס איז אצינד פארגעקומען”. עס זענען שוין עטליכע מאל געווען שמועות אז אל-באגדאדי איז אומגעברענגט געווארן, דערפאר האט זיך קיינער נישט געיאגט צו באשטעטיגן די נייעס אלס קראנט. צומארגנס האט פרעזידענט טראמפ גערעדט מיט באק-ציינער און דראמאטיש געשילדערט איבער די אפאראציע, וואס איז פארגעקומען דורך די דעלטא פארסעס פון די אמעריקאנע מיליטער.
פאר צוויי שעה האבן זיך די סאלדאטן אויפגעהאלטן, ביז מען האט באשטעטיגט אז דער פגר איז טאקע באגדאדי, ווען מ’האט אונטערזוכט זיין די. ען. עי. וואס אמעריקע האט געשאפט פון אונטערוועש וואס באגדאדי האט געטראגן, באקומען דורך אן אינפארמאנט. באזונדער האט פרעזידענט טראמפ זיך בארימט אז קיין אמעריקאנער איז נישט געשעדיגט געווארן, אויסער א בראווער הונט וואס האט נאכגעיאגט באגדאדי, אין די צייט וואס עס זענען געווען אייסיס פאטאליטעטן. עטליכע קינדער האט מען באוויזן צו ארויספירן זיכערערהייט פון די געביידע.
א באזונדערע באריכט ווייסט צו פארציילן אז דער אינפארמאנט וואס האט ארויסגעגעבן פאר אמעריקע וואו באגדאדי געפינט זיך, האט זיך פאקטיש געפינען דעמאלט צוזאמען מיט באגדאדי, און עס איז געקומען א באפעל אז דער מענטש זאל בלייבן לעבן. די סאלדאטן האבן אים טאקע דערקענט און ארויסגעפירט פון דארט אומגעשעדיגט, אין די צייט וואס אנדערע גרויסע אייסיס שישקעס וואס האבן איבערגעלעבט די אטאקע זענען גענומען געווארן אין די אמעריקאנע געפענגעניש.
די קערפער פון באגדאדי איז אדורך א שנעלע מוסלעמענער פראצעדור, און איז אריינגעטראסקעט געווארן אין וואסער צווישן די שטורעמישע כוואליעס, וואו ער וועט דינען אלס א מאלצייט פאר די הונגעריגע שארק פישן און זייער פריינט. דער פרעזידענט האט זיך באדאנקט פאר טערקיי און פאר זייערע בלוט שונאים די קורדן, וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט די אקציע. אזוי אויך האט ער פארציילט אז מען האט געהייסן רוסלאנד אפצוליידיגן די לופט רוימען אין געגנט, און זיי האבן טאקע אזוי געטוען, כאטש וואס זיי האבן נישט געוואוסט די צוועק פון דעם באפעל.
דאס ארט ווי מען האט געכאפט אל-באגדאדי, איז געווען אן ארט וואו מען האט נישט געהאט ערווארטעט אז ער זאל זיך דארט בכלל געפינען, אין די אידילאוו פראווינץ אין סיריע וואס איז אונטער קאנטראל פון די אויפשטענדלער, וואס דארט געפינען זיך די גרעסטע שונאים פון אייסיס. מען האט געהאט געשאצט אז ער געפינט זיך אין די געגנט צווישן איראק און סיריע, וואו אייסיס האט נאך אנגעהאלטן קאנטראל.
Thank you Mr. President.
Big thanks to Mr. POTUS Trump
א שכוח פאר די אמעריקאנע געלונגענע מיליטער, די שפינאזש באמטע, און די העראישע מיליטערלייט וועלעכע קעמפן מיט זייער לעבן פארן פאלק.
און א טענס פאר מר. דאנעלד דזשי טראמפ פארן געבן געבן דעם אקעי צום אקציע
איך וועל געבן מיין שכוח נאך וואס מר טראמפ וועט ארויס געבן ווידאוס פונעם אקציע פארן עולם!!!
דערנאך וועל איך געבן א ישר כח פאר “אידישער ווינקל” ווען זיי ועלן צוריק אנהייבן צו ארויף לייגן ווידאוס און פארשטייט זיך דע ווידאו פוענעם געלאנגענעם אקציע!!!!!
טראמפ האט עס יעצט נאכמיטאג ארויסגעלייגט.
אין יעצט איז דער רוף פון אלע אידישע ווינקל וועבסייט ליינער צו די געטרייע הנהנלה צוריק צו אנהייבן צו אפדעיטן אלע אפטיילונגען ווי אין די אמאליגע גוטע צייטן, אריינגערעכנט טעגליך די ווידיאו אפטיילונג, נגינה ווידיאו אפטיילונג, תורה אפטיילונג ועוד.
ער זאגט גוט אידישער ווינקל דארף מער אפדעיטן די נגינה ווידיאו אפטיילונג
אנהייבן צו אפדעיטן אלע אפטיילונגען ווי אין די אמאליגע גוטע צייטן, אריינגערעכנט טעגליך די ווידיאו אפטיילונג
גא”מ ביטע מער כשר ווידיא ביי אלע אפטיילונגען
אידישער ווינקל דארף מער אפדעיטן די נגינה ווידיאו אפטיילונג
גם אני מצטרף
פארוואס האט מען אויפגהערט די ווידיאו?
jfk pdf