אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע באווארענונגען

די קאראנע קריזיס וואס צושפרייט זיך איבעראל שוין אזוי לאנג, איז שוין אנגעקומען כמעט איבעראל. די איינציגסטע קאנטינענט וואו עס איז נאכנישט אנגעקומען איז געווען אין דער געפרוירענער אנטארקטיקע.

און איך שרייב ‘געווען’. היינט איז עס אהין אויך אנגעקומען.

די טשילע מיליטער האט געמאלדן אז מען האט געפינען 36 קאראנע-אנגעשטעקטע אין איינס פון די 13 פארש-באזעס וואס טשילע פארמאגט אין אנטארקטיקע. 26 פון זיי זענען סאלדאטן, און די איבעריגע ארבייטער. די ספעציפישע באזע איז די ‘בערנארדא אוהיגעניס’ באזע וואס געפינט זיך אינעם אנטארקטיקער האלב אינזל, די מערסטע-צפון אינעם קאנטינענט, און די סאמע נענטסטע צום דרום פינטל אין דרום אמעריקע.

די אנגעשטעקטע זענען אין איילעניש אריבערגעפירט געווארן צום שטאט ‘פאנטע ארענס’ אין טשילע וואו זיי זענען איזאלירט געווארן, און לויט די טשילע מיליטער זענען זיי אין א גוטע צושטאנד. דאס האט פאסירט נאכדעם וואס א שיף פון די טשילע נעווי איז אנגעקומען צום באזע איבערגעבן פרישע געצייג פאר די סאלדאטן אינעם באזע. דריי סאלדאטן אויפן שיף האבן געטעסט פאזיטיוו פאר קאראנע אראפשטייגענדיג פון שטיף, און דאס האט אלארמירט די מיליטער צו בודק זיין די מאנשאפט אינעם באזע.

אט די דאזיגע נייעס איז נישט פשוט. אין די צייט וואס דער קאראנע קריזיס האט געשאפן פארשידענע דיפלאמאטישע שטרייטן צווישן פארשידענע לענדער, האבן די 30 לענדער וועלכע זענען אינעם COMNAP וועלכע איז אחריות אויפן אנטארקטיקע, שוין אינאיינעם געארבעט כדי צו פארמיידן קאראנע אנצוקומען צום אנטארקטיקע. מ’האט שטרענג נאכגעקוקט ווער עס קומט און ווער עס גייט.

און נישט אומזיסט, אלס אן ארט וואו עס בלאזט גאר שטארקע ווינטן – ווילדער ווי אין יעדן אנדערן פלאץ אויפן כדור הארץ – און מיט די נידעריגסטע טעמפעראטורן, האט עס א פאטענציאל צו קאטאסטראפאלע רעזולטאטן אין אזא אטמאספערע, איבערהויפט אין דאס ארט וואס האט גאנץ ווייניג פארגעשריטענע מעדעצינישע געצייג. א דאנק דעם קריזיס האט מען אפגעשטעלט פילע פארשונגען און עקספידעציעס אויפן אנטארקטיקע.

ועל דא נאמר, א מענטש טראכט און גאט לאכט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.