צום זיבעציגסטן יארטאג פון ווען די כינעזער צייכענען אפ די גרינדונג פון די מאדערענע קאמוניסטישע כינע, האט מען באנייט אין בעידזשינג א פרישע אינטערנאציאנאלע לופטפעלד, וואס זעט אויס דעזיינט ווי א ריזיגע שטערן.
די נייע לופטפעלד “דעקסינג” געפינט זיך 46 קילאמעטער פון די באקאנטע טיאנאנאמען סקווער, און וועט ערשט ווערן געהעריג אקטיוו אין יאר 2040, פארמאגנדיג אכט ראנוועיס, און עס וועט קענען פארנעמען א הונדערט מיליאן פאסאזשירן יערליך.
די לופטפעלד איז נאך איינס פון די גרויסע כינעזער חלום וואס דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג האט, אהערצושטעלן דאס לאנד אלס די פארגעשריטענסטע וועלטמאכט איבער די וועלט.
שי אליינס איז געווען ביים באנייאונג פון די לופטפעלד, אבער עס האט זיך באלד אנגעהויבן מיט די לינקע פיס ווען די ספעציעלע ערשטע פליגער די סופערדזשאמבאו A380 וואס האט געדארפט דארט לאנדן, האט זיך אויפגעהאלטן און אנגעקומען א האלבע שעה שפעטער, ווען עס ווערט געדעקט לעבעדיג ווי אזוי דער עולם קלאצט א איבעריגע האלבע שעה.
די גרויסקייט פון די נייע לופטפעלד איז ארום 700 טויזענט סקווער מעטער, ס’וועט זיין פון די גרעסטע לופטפעלדער איבער די וועלט. די לופטפעלד איז דעזיינט געווארן דורך א איראק-בריטישע ארכיטעקט, וואס לעבט שוין נישט.