אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

הימל אין מזרח אינדעניזיע געפארבט ווערט רויט אין רעזולטאט פון די פילע וואלדפייערן

די הימלען אין מזרח אינדעניזיע זענען געפארבט געווארן רויט אין רעזולטאט פון די פילע וואלדפייערן אין געגנט. די איינוואוינער אויפן ארט האבן געזאגט אז די וועטער האט זיי געברענגט האלז און קאפ ווייטאג.

די וואלד פייער אין אינדעניזיע האט חרוב געמאכט זינט פארלאפענען יולי מער ווי 8 מיליאן דונאם. פאריגע וואך איז באריכטעט געווארן אז א מינימום פון 9 מענטשן זענען אומגעקומען, אבער די רעגירונג האלט נישט ביים ארויסגעבן קיין ציפערן.

פארלאפענעם שבת נאכמיטאג האבן מענטשן געזען אז די הימל איז פשוט און פראסט רויט, און מענטשן האבן אנגעהויבן פארפירן אז זיי וואוינען צווישן פייער און רויעך, און עפעס דראסטיש דארף געטוען ווערן אפצושטעלן די פייערן.

א מאטראלאגיסט האט געזאגט פרא די BBC אז עס שטימט אויך סייענטיפיש, וויבאלד עס צושפרייט זיך אין די לופט אקסיגען און נאך פארשידענע זאכן וואס ברענגט צו א רויטליכע נעפל.

די רעגירונג אין אינדעניזע האט פארשפראכן אז ס’נישט געפארפול, ס’הייבט נישט די טעמפעראטור, און שעדיגט נישט קיינעם.

דעם זומער האט אינדעניזיע געהאט א ספעציעל שווערע פעלד מיט וואלדפייערן, און פאריגע וואך זענען ארעסטירט געווארן נאנט צו 200 מענטשן מיט די באשולדיגונג אז זיי האבן אונטערגעצינדן פייערן, א זאך וואס שעדיגט די לופט, פאשפארט שולעס און קענסלט פליה רייזעס.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.