אוצרות זוכער אין אמערקיע זוכן שוין פאר 20 יאר א באהאלטענע אוצר פון די 18’טע יארהונדערט וואס איז באגראבן געווארן אין די רובינזאהן קארוזו אינזל אין טשילע. אבער גאר אין נאנטן גייען זיי כאפן א קלאפ, נאכדעם וואס א לאקאלער פאליטיקאנט ארבעט שווער אויף א פארבאט צו גראבן אין יענעם אינזל.
דייעגא איבנעז דער פאליטיקאנט האט געמאלדן אז ער האט מורא דאס די גרובונגען וועלן ברענגען ענדלאזע שאדנס און עס מאכט אומארדענונג, אז יעדער קומט זיך און גראבט אינעם אינזל כאדם העושה בתוך שלו, רופנדיג אז מ’זאל מאכן דאס גראבן אינעם אינזל אומלעגאל.
מענטשן זוכן שטארק דעם אוצר וואס ס’הייסט אז א שפאנישער מאטראז האט עס באגראבן אין יאר 1714 אין איינע פון די וואלקאנישע אינזלען אינעם כואן פערנאנדעז ארכיפאלאג, וועלכע געפינט זיך 600 קילאמעטער פון די ברעגעס פון צענטראל טשילע.
מען גלייבט אז עס ליגט דארט פילע גאלדענע און זילבערנע מטבעות, און טאנען פון ווערדפולע דיאמאנטן, וואס ווערט געשאצט דורך אוצרות זוכער צו זיין אין ווערד פון 10 ביליאן דאלער!
די זוכערייען נאכן אוצר האבן זיך אנגעהויבן אין 7998 און מיט די יארן איז געווארן קלענער און קלענער די שטח וואו ס’דא מעגליכע שאנסן עס צו טרעפן. אצינד קאנצענטרירט זיך די זוכונגען בלויז אין די ראבינזאהן קארוזו אינזל. מענטשן אינוועסטירן שווערע געלטער צו טרעפן דעם פארמעגן.
עס איז שוין 20 יאר וואס מ’זוכט אויף דעם אינזל און מ’טרעפט גארנישט. דאס נוצט דייעגא איבנעז אלס באווייז אז עס איז נישט פארהאנען קיין שום אוצר אין די גאנצע געגנט, און די אינזל ווערט פשוט געפלינדערט דורך די זוכער.