אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פוטין באקומט קרעדיט אז רוסלאנד איז ווייניגער צוגעבינדן צום ביטערן טראפ

א פרישע באריכט פון די אינטערנאציאנאלע וועלטס געזונטהייט אגענטור צייגט אז די אלקאהאל באנוץ אין רוסלאנד איז געפאלן  מיט 43% זינט יארע 2003.

די קרעדיט ווערט געגעבן פאר פרעזידענט פוטין וואס האט ארויפגעלייגט באגרעניצונגען אויף די פארקויף פון אלקאהאלישע געטראנקען, און שטופט פאראויס א געזונטע לעבן פאר רוסישע בירגער.

“צווישן די וועלט לענדער ווערט די רוסישע פעדעראציע באטראכט פאר לאנגע יארן אלס איינע פון די מערסט אנגעטרינקענע” שרייבט די באריכט. “מיט דעם אלעם, איז עס לעצטנס שוין נישט אקוראט, און מענטשן לעבן שוין דארט פיל געזונטער”.

צווישן די יארן פון 2003 ביז 2016 איז געפאלן די רוסישע אלקאהאל געברויך מיט 43% און צוזאמען מיט איר איז אויך געפאלן די ראטע פון מענטשן וואס ווערן באהאנדלט צוליב אלקאהאל.

דער לעצטער פירער פון די סאוויטעטישער פארבאנד, מיכאאיל גובראטשאוו, האט געפירט א גרויסע קאמפיין קעגן אלקאהאל, און ער האט פארבאטן פילע אלקאהאלישע געטראנקען, אבער מיט די אונטערגאנג פון די סאוויעטן פארבאנד, איז געשטיגן גאר שטארק די אלקאהאל באנוץ אין רוסלאנד.

פוטין האט געהעכערט די שטייערן און נישט ערלויבט צו אדווערטייזן אלקאהאלישע פראדוקטן, אלס א טייל פון זיין שווערע ארבעט אראפצונעמען די אימעידזש פון דאס רוסישע פאלק וועלכע זענען באטראכט געווארן פאר לאנגע יארן אלס שיכורים און פויערן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.