אויטאריטעטן אין אוסטראליע האבן ארעסטירט א 19 יעריגער ברוטאלער יוגנטליכער, וואס האט דורכגעפירט א מארד אויף ארום 20 קענגראו באשעפענישן דעם פרייטאג צונאכטס אין ווייניגער פון א שעה.
דער יוגנטליכער איז געקומען צו פארן מיט זיין קאר אין די טורא ביטש אינעם געגנט פון ניו סאוט וויילס. ער האט פרובירט צו איבערטרעטן ווי מער קענגראו’ס, און ארום 20 זענען געשטארבן, און דריי פון זיי האט מען אפגעפירט צו א וועטערינאר אין א חיות שפיטאל.
עס האט זיך אנגעהויבן ווען ער האט אויף זיי געשיינט מיט די שטארקע לעקטער, זיי זענען געפרוירן געווארן פאר שרעק, און דאן האט ער זיי איבערגעטרויטן בעפאר זיי האבן צייט צו אנטלויפן.
די ארומיגע וואס האבן עס מיטגעהאלטן זענען געווען שאקירט. די קענגראו’ס זענען פריינטליכע באשעפענישן וואס דרייען זיך אין די גאסן און טשעפענען קיינעם נישט געווענליך.
נאך א העפטיגע זיכעריי פאר דעם אנטלאפענעם דרייווער, האט מען אים געכאפט און ארעסטירט, און די פאליציי האט געמאלדן אז ער וועט גאר הארב באשטראפט ווערן פאר דעם שוידערליכן אקט וואס ער האט דורכגעפירט.
דערווייל איז נאכנישט קלאר זיינע פינסטערע מאטיוון.