טשיקאווע נייעס

טראמפ’ס אייזיגע “בארג ראשמאור”

פינלאנד – א גרופע ענווייראמענטאלע אקטיוויסטן אין פינלאנד, האבן אנגעהויבן א קאמפיין אוועקצושטעלן א גרויסע אייזיגע סטאטוע פונעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, אויף א “גלעישער” – דאס הייסט איינס פון די גרויסע שטיקער אייז וואס די ענווייראמענטאליסטן זאגן אז עס צעלאזט זיך צעביסלעך אלס רעזולטאט פון גלאבאלער אנווארעמונג. די אקטיוויסטן האבן פובליצירט א רעקלאמע, אין וועלכע זיי ברענגען ארויס אז טראמפ האט ביי א געלעגנהייט געזאגט אז ער וואלט געוואלט אז זיין געזיכט זאל ווערן אויסגעקריצט אויף “בארג ראשמאור”, וואו עס זענען אויסגעקריצט די געזיכטער פון 4 אמעריקאנער פרעזידענטן, און די ענווייראמענטאליסטן זאגן אז זיי וועלן מאכן טראמפ’ס טרוים אלס א רעאליטעט, דורכ’ן אויפקריצן זיין געזיכט אויף א גרויסן גלעישער. זיי פלאנירן צו האבן א לעבעדיגע קאמערע, וואו מען וועט קענען מיטהאלטן לאנגע וואכן, מעגליך מאנאטן, וויאזוי דער גלעישער צעלאזט זיך, מיט טראמפ’ס געזיכט דערויף.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.