טשיקאווע נייעס

פון “פעיק ניוז” צו “פעיק פאליס”

מעקסיקא – מען האט שוין געהערט אין די לעצטע יארן נאכאנאנד פון “פעיק ניוז”, דורכ’ן אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ וועלכער באשולדיגט די מידיא אין פארשפרייטן פאלשע נייעס, אבער פראקורארן און זעלנער אין מעקסיקא, וועלכע האבן געשטורעמט א לאקאלע פאליציי סטאנציע אין צענטראל מעקסיקא, האבן זיך באגעגנט מיט א מאדנעם פענאמען “פעיק פאליס”… דער איבערפאל אויף דער פאליציי סטאנציע אין פועבלא, מעקסיקא, איז געווען געצילט צו כאפן קארופציע און שוחד, וואס אויספארשער האבן באשולדיגט אז דאס גייט אן אין דער סטאנציע, אבער נאכ’ן נישטערן אין די דאקומענטן פון דער סטאנציע, האבן די אויטאריטעטן געפונען אז 113 פון די 185 אקטיווע פאליציי אפיצירן דארטן, זענען בכלל נישט געווען קיין פאליציי אפיצירן, נאר קרימינאלן וועלכע האבן זיך אריינגעזעצט, זיך באקוועם געמאכט און זיך דערקלערט אלס פאליציי, אנגייענדיג אזוי פאר לאנגע יארן.

 

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.