כינע – אין אזיע זעט עפעס אויס ווי די פאליטיק צווישן די פארשידענע לענדער ווערן געפירט דורך אויפשריפטן אויף העמדער… ערשטנס האט מען געהערט אז די גרויסע “געפ” קליידונג פירמע האט זיך געמוזט אנטשולדיגן פאר דער כינעזער רעגירונג, נאכדעם וואס זיי האבן ארויסגעגעבן א העמד מיט א דעזיין פון דער כינעזער מאפע דערויף, אבער די מאפע האט ארויסגעלאזט טיבעט און טייוואן, צוויי טעריטאריעס וואס כינע באטראכט ווי זייערס. דערנאך האט מען געהערט אז כינעזער טוריסטן האבן אנגעמאכט כאאס ווען זיי האבן געלאנדעט אין וויעטנאם און אנגעהאט העמדלעך אויף וועלכע ס’איז געווען א מאפע פון כינע, אריינגערעכנט די דרום כינע ים. דאס האט געברענגט אויפברויז אין וויעטנאם, וועלכע טענה’ט אז דער ים באלאנגט נישט פאר כינע. די וויעטנאמעזער אויטאריטעטן האבן קאנפיסקירט די העמדלעך.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.