אידישע נייעס

צוויי אידן אטאקירט אין אויסטראליע

צוויי אידן, א ברודער און א שוועסטער, זענען אטאקירט געווארן גייענדיג אויף דער גאס דעם ערשטן טאג יום טוב שבועות אין מעלבוירן, אויסטראליע. די לאקאלע פאליציי פארשט, צי די געשעעניש איז פארבונדן מיט אנטיסעמיטיזם, היות די ביידע, פון 25 און 22 יאר אלט, זענען געגאנגען אנגעקליידט ווי אידן. לויט ווי די ארטיגע מידיא האט איבערגעגעבן, איז דער אטאקירער איבערגעפאלן דעם ברודער און אים געשלאגן אין קאפ, און שפעטער געשטאכן זיין שוועסטער און אנטלאפן פון ארט. דעם מאן האט מען באהאנדלט אויפ’ן פלאץ, אבער זיין שוועסטער האט מען געמוזט אריינפירן אין שפיטאל פאר לייכטע וואונדן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.