אידישע נייעס

“אידישער ווינקל” די ערשטע פראפעסיאנאלע וועבזייטל אין אידיש

שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

דערגרייכנדיג נענטער צו די צווייטע יארגאנג זינט “אידישער ווינקל” האט זיך געגרינדעט, אהערשטעלנדיג אן אייגנארטיגער פלאטפארמע, ווי אידיש רעדנדער ליינער קענען געניסן פון פרישע ארטיקלען, אינטערוויוס, און באריכטן איבער טרענדינג נייעס און געשעענישן איבער די וועלט און דארונטער וואס עס פאסירט אין די היימישע גאס, איז פאר אונז אן אומבאשרייבליכער פארגעניגן, און גרויס כבוד, צו מעלדן און פרעזענטירן אונזער גרויסער טריט פאראויס, צו די געבעטן פון אזויפיל פון אונזערע ליינער, נעמליך, א אידישער ווינקל וועבזייטל!

אסאך היימישע אידן באנוצן זיך נישט מיט סאציאלע מידיע, זיך אפשיידנדיג דערפון, און אסאך וואס נוצן עס יא האבן נישט די נויטיגע אפליקאציעס צו זיך קענען ארויפשרייבן און ווערן א “אידישער ווינקל ליינער.”

די וואס זענען יא אויף אונזערע פלאטפארמעס, האבן אנגעוויזן אז מיר זענען זייער שטארק אויסגעשטעלט ווי א מאגאזין, מיט לענגערע ארטיקלען, און עס איז שווער צו ליינען לאנגע זאכן ווען מען פארמאגט עס נישט אויף א גרעסערער פארמאט, און אפגערעדט אז אן ארטיקל ווערט אוועקגעווישט נאך עטליכע פרישע מעלדונגען, און ווען מען וועל דאס טרעפן איז עס שוין א שווערער ארבעט.

“וואו קען איך טרעפן די ארטיקל? ווי קען איך טרעפן יענע ארטיקל?” זענען פראגעס וואס מיר הערן כסדר פון מענטשן וואס ווילן איבערליינען אדער טרעפן ארטיקלען וואס זענען געווען פובליצירט אויף אידישער ווינקל, מיר זענען כסדר פארנומען העלפן מענטשן מיט אפירזוכן אלטע ארטיקלען וויסנדיג אז לא זו הדרך.

באקומענדיג אומצאליגע פארלאנגען און שטיצע פון אונזערע טויזענטער פאלויערס, האבן מיר זיך מיט ארום א יאר צוריק אריינגעלאזט אין די קאסטבארער, און שווערער פראיעקט פון בויען א סייט, מיר האבן אויפגענומען א בארימטער דעוועלאפער וואס האט זיך אריינגעווארפן דערין זוכנדיג פאר טעג און וואכן די פאסיגע פלאטפארמע און פירמע וואס זאל די בעסטע קענען אקאמאדירן די וועבזייטל וואס דארף לויפן אויף די אידישע שפראך.

פון דארט האבן מיר אנגעהויבן ארויפשטעלן אלע ארטיקלען, אינטערוויוס, און נייעס באריכטן וואס זענען צו זייער צייט געווען גאר פאפולער. די ארבעט האט גענומען בלי גוזמא הונדערטער שעות! וואכן פון ארבעט. אבער מיר זענען שטאלץ דאס צו האבן דורכגעפירט ווייל יעצט צו ערשיינונג פון די וועבזייטל עפנט זי זיך מיט אן אוצר פון קרוב צו 150 ארטיקלעך, וואס פון זיי איז זיכער דא וואס איר פארזען אדער נישט געליינט.

ווען איר וועט באזוכן די נייע אידישער ווינקל וועבזייטל וועט איר טרעפן גאר אסאך אינטערסאנטע און באלערנדע ארטיקלען, פון געדאנקען ביז הומאר, פון אנאליזן ביז אינטערוויוס. איר וועט שמייכלען און הנאה האבן.

מיר האבן אריין געלייגט אסאך כוחות אין די קלארקייט פון די סייט, און האפן נאך צוצולייגן אסאך אפציעס, דאס זאל דינען מיט שטאלץ אלס אייער געשמאקסטע ארט, מיר האבן צוטיילט זאכן לויט קאטאגאריעס און איר קענט גאר גרינג אפירזוכן ארטיקלען דורך די “סוירטש קנעפל” וואס געפונט זיך אין די סייט, אויף א מערקבארער ארט.

איר וועט יעצט קענען ליינען מיט מער הרחבת הדעת, און הנאה האבן פון א פראפעסיאנאלער וועבזייטל אויף די שפראך וואס איר רעדט און קאמיוניקירט. אידיש איז א רייכע באליבטע שפראך, און מיר האלטן אז עס קומט זיך אייך די “רואיגער ווינקל אויף די רוישיגער געוועב” ווי איר זאלט זיך קענען אויסלופטערן אינמיטן די שווערע ארבעט.

מיט א וועבזייטל וועלן מיר קענען שרייבן לענגערע אינטערוויוס און ארטיקלען ווי ביז יעצט, וואס מיר האבן געדארפט אלעס מאכן גאר קורץ און קארג צוליב וואס מיר האבן דאס ארויסגעשטעלט אויף סאציאלע מידיע.

מיר שטייען אין צייט וואס טעכנאלאגיע איז א שטארקער שטער פאר אידישע קינדער און די רבנים זאגן אז די געוועב איז זייער מסוכן.

אונזער וועבזייטל וועט זיין נאך א ווינקל ווי א איד וועט בעז”ה זיין באקוועם צו באזוכן, מיר וועלן שטעלן ארטיקלען וואס שטימען מיט די פרינציפן פון חרדי’שע אידן און די תורה הק’. מיר וועלן אכטונג נישט צו לייגן בילדער פון פרויען, און פרובירן אכטונג צו געבן ווי ווייט פון זיך מישן אין פאליטיק, אדער פארלעצן מענטשליכע טערמינען, ווי פארשעמען אנדערע אדער לייגן בילדער פון מענטשן אן צושטימונג.

פארשטייט זיך אז פידבעק איז די וויכטיגסטע זאך. מיר האפן אז איר וועט זיך לאזן הערן אויף זאכן וואס מיר זאלן פארשענערן און פארבעסערן, נאר אזוי זענען מיר

אנגעקומען ביז אהער. איר קענט זיך פארבינדן מיט אידישער ווינקל דורך די וועבזייטל ביי די ספעציעלע בלאט “פארבינדט אייך מיט אונז.”

מיר האבן נאך אסאך פלענער אויף די צוקונפט, צו מאכן די ארט געשמאקער, א שטייגער ווי צוצולייגן א “דעבאטע צימער,” (פארומס) ווי אונזערע ליינער וועלן אליינס קענען ארויפשטעלן ארטיקלען, און קאמענטירן, מיר קוקן אריין אין פארשידענע דירעקציעס און האפן דאס צוצולייגן ווען די וועבזייטל וועט זיין עטוואס עלטער, און מיר וועלן שוין האבן געלערנט וויאזוי זאכן שטעלן זיך אויס.

לאמיר טרונקען לחיים, באקענט זיך מיט די וועבזייטל און טיילט מיט די לינק מיט אייערע פריינט און קרובים.

מיר קוקן ארויס אויף אייער פארגעניגן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.