אידישע נייעס

פייער אין אומאן פארניכטעט הכנסת אורחים געביידע, קעגן איבער ציון הק’ אין אומאן

פון ישראל פוקס – ברסלב גלובל, עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל

אומאן אוקריינא. – א העלישע שריפה האט אויסגעבראכן היינט דינסטאג אינדערפרי אין א בנין קעגן איבער די ציון פון הרה”ק רבי נחמן מברסלב זצ”ל אין די שטאט אומאן אוקריינא.

די בנין געהערט פאר די לאקאלע הכנסת אורחים אין די שטאט אומאן וואס ווערט אנגעפירט דורך הרב גלעד אטש הי”ו וואס ער געט צו עסן רייכע מאלצייטן מכל טוב וטוב יעדן טאג פון יאר פאר די טויזענטער אידן וואס קומן כסדר צו שטראמען מתפלל צו זיין אויפן ציון הק’ פון רבי נחמן.

אין א שמועס מיט אן איינוואוינער פון אומאן געט ער איבער פאר “אידישער ווינקל” אז די שריפה האט זיך אנגעהויבן דורך א פראבלעם אין איינע פון די אויווענעס פון די הכנסת אורחים, און עס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט.

די לאקאלע פייערלעשער זענען גלייך ארויסגערופן געווארן און פראבירט איבערצוקומען די פלאמען אבער אן ערפאלג, האבן זיי פראבירט כאטש צו ראטעווען די ארומיגע געביידעס.

די גאנצע עלעקטריק סיסטעם פון די ציון אין די בנינים ארום זענען אויסגעשאלטערט געווארן צוליב די שריפה.

די הצלה וואלאנטורן פון אומאן האבן פארזיכערט די ארום, און האבן עוואקואירט די דערנעביגע באוואוינטע דירות און אזוי אויך די קינדער פון די בנין תלמוד תורה וואס געפונט זיך הארט נעבן דעם בנין הכנסת אורחים, אזוי אויך האבן זיי ארויסגעראטעוועט די ספרי תורה וואס געפונען זיך אינעם בנין.

נאך עטליכע שעה איז די פייער געברענגט געווארן אינטער קאנטראל מיט גרויסע שאדנס צו די געביידע, אבער ב”ה אן קיין פארוואונדעטע. זעט באזונדערע ארטיקל פאר בילדער און ווידעא, דא


באריכט און בילדער געברענגט דורך מערכת ברסלב גלובל וואס שיקט ארום נייעס פון ברסלב פאר א אימעיל ליסטע פון טויזענטער ברסלב’ע חסידים איבער די גארער וועלט – זיך איינצושרייבן שיקט א אימעיל צו: [email protected]

איבערן שרייבער

יוסף הירש

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.