טשיקאווע נייעס

דאס הייסט מענטשן רעכטן: בלויז מענער באקומען אויסצייכענונג פאר פרויען רעכטן…

עס רופט אויס א גרויס געלעכטער ביי יעדער וואס הערט דאס, און מיט רעכט…

די אראבישע פאראייניגטע עמיראטן האבן אפגעהאלטן א ריזיגער צערעמאניע וואס טוט אויסלויבן די אלע וועלכע טוען פאר רעכטן פון יעדע סארט קרייז, און די אלע וואס האבן באקומען אויסצייכענונגען זענען געווען – בלויז מענער…

די אויסצייכענונגען זענען פארטיילט געווארן דורך שעיך מוכאמאד איבן ראשיד על-מאכטום, דער הערשער פון דובאי, וואס דינט אויך אלס וויצע פרעזידענט פון די פאראייניגטע עמיראטן.

איינער פון די אויסצייכענונג געווינער איז געווען זיין אינערן מיניסטאר און וויצע פרעמיער מיניסטאר שעיך סאאיף איבן זייד על-נאכיאן,. ער האט באקומען דעם אויסצייכענונג נאכן דורכפירן א געזעץ וואס ערלויבט א סאלדאט אהיימצוגיין אין די צייט וואס זיין ווייב געבוירט א קינד.

באזונדער האט ער פארטיילט אויסצייכענונגען פאר די פינאנץ מיניסטעריום, די סטאטיסטיק ביורא, און די פרויען רעכטן ביורא וואס ארבעטן צו באקעמפן רעכטן פון פרויען, א זאך וואס עקזיסטירט זעלטן אין די אראבישע וועלט.

דער הערשער פון דובאי זאגט אז פרויען אין די פאראייניגטע עמיראטן פארמאגן א צענטראלער ראלע אין די אויפבוי און צוקונפט פון די פאראיים, אבער עס איז מאדנע צו זען אז א פרוי איז נישט גענוג ווערד צו באקומען אן אויסצייכענונג פון אים, אין די צייט וואס ער באלוינט גאר די וואס ארבעטן צו מאכן מענער און פרויען מיט די זעלבע רעכטן.

אינעם פארלאפענעם אפריל האט די קאבינעט פון די פאראייניגטע עמיראטן באשעטעיגט א געזעץ וואס לויטעט אז פרויען דארפן באקומען די זעלבע געהאלט ווי מענער.

די פאראייניגטע עמיראטן איז א לאנד וואס פרובירט צו פארציילן אז זיי קעמפן פאר פרויען רעכטן, אבער אין פאקט זאגן זאך קענער אז ס’איז בלויז געזאגט, אין פאקטישן מציאות איז עס ווייט נישט ריכטיג.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.