אריינפיר: שוין צום דריטן יאר אין די “דזשוסטין טרודאו” רעגירונג, און פאר אסאך יארן אין קאנאדע’ס היסטאריע ווערט אפגעהאלטן יערליך די חנוכה און ליכט צינדן צערעמאניע, ווי די אדמיניסטראציע פון דער פרעמיער מיניסטער פירט אן מיט א פראגראם אין די פארלאמענט געביידע אין קאנאדע’ס הויפטשטאט, עס ווערן דערביי גערופן פארשידענע וויכטיגע פיגורן, פארטרעטער פון גרעסערע אידישע געמיינדעס און ארגענעזאציעס פון איבער גאנץ קאנאדע, און פארשידענע שישקעס און אידישע פריינט אינערהאלב די רעגירונג.
צווישן די באטייליגטע ביי די צערעמאניע נעמען אנטייל די עסקנים וואס פארטרעטן די היימישע קהילות אין מאנטרעל. הר”ר מנחם פייג הי”ו, הר”ר שרגא שמואל מיללער הי”ו, הר”ר מנחם ליבערמאן הי”ו, און הר”ר הערש בער הירש הי”ו. די געטרייע אינגעלייט ארבעטן אינאיינעם מיט די רעגירונג באאמטע דורכאויס דעם גאנצן יאר, און ווערן גאר שטארק געשעצט פאר זייערע לייסטונגען. “אידישער ווינקל” שרייבער ארי ווייזער פון קאנאדע, איז אויך געווארן איינגעלאדנט צו די צערעמאניע, צו מיטהאלטן דעם יערליכן צערעמאניע, און דאדורך קענען אראפגעבן פאר די ליינער וואס אזאנס עס גייט פאר ביי אזא פראגראם, און ברענגען אינטערסאנטע קרישקעלעך און בילדער.
ליינט, און האט הנאה פון דעם ספעציעלן פראיעקט.
דער באזוך אין אטאווא
נאך א גאר פארנומענער טאג פון באגלייטן די חשוב’ע עסקנים צו זיצונגען אין די הויכע וואלקנקראצער געביידעס אין אטאווא – צווישן זיי אין די הויפטקווארטיר פון די אימיגראציע מיניסטער – ארומלויפנדיג צו שתדל’ן פאר די אינטערעסן פון דעם בליענדן ציבור אין מאנטרעאל, האבן מיר ענדליך געזען פונדערווייטנס דעם ריזיגן פארלאמענט געביידע און די הויכע “שלום טאוער” וואס ציעט זיך ארויף צום הימל, און געבט א גאר מאכטפולער איינדרוק אויף די פארנומענע גאסן אין אטאווא, ווי עס געפונען זיך די אמבעסאדעס און געביידעס פון אלע וועלט לענדער און די קאנאדישע פעדעראלע גאווערמענט און רעגירונג.
מיר האבן דורכשפאצירט פארשידענע קונסטווערק און ארטיקלען אויפגעשטעלט אין די פארלאמענט אומגעגנט, אהערגעשטעלט צו פייערן 150 יאר זינט קאנאדע איז א זעלבסטשטענדיגער לאנד, צווישן זיי א ריזיגער טעריטאריע ווי מען קען קומען “סקיען נעבן דעם פארלאמענט…” מיט פענער וואס שרייען 150 וואס פלאטערן איבעראל.
מיר זענען צוגעפארן צו א באזונדערע געביידע וואס איז געשטעלט צו האלטן אן אויפזיכט איבער אלע עסן וואס ווערן סערווירט אין די פארלאמענט, און איבערגעגעבן עטליכע באקסעס דאונאטס וואס מיר האבן מיטגעברענגט פון מאנטרעאל. דאן פארנדיג צו פארקירן, עס זעען זיך אן פולע באסעס וואס פירן די “מעמבערס פון די פארלאמענט” (אזוי ווי קאנגרעסלייט, נאר אין קאנאדע – א”וו) פון די פארלאמענט געביידע צו זייערע אפיסעס וואס געפונען זיך אין געביידעס אין די געגנט פונעם פארלאמענט.
עס זעען זיך אן פארשידענע מידיא געביידעס פון פראמינענטע נייעס קוועלער און טעלעוויזיע סטאנציעס פון איבער די וועלט, וועלכע געפונען זיך אלע אין געגנט, צו קענען גרייט אלעמאל, צו אריבערלויפן אין פארלאמענט ווען עס מאכן זיך נייעס.
מיר פארקירן די קאר, און כאפן א שפאציר צו די הויפט טיר אין די פארלאמענט, די פאליציי ווייזן אונז צו וואו צו גיין און מיר שפאצירן אריין, עס קומען אן פארשידענע אידישע גרופעס וואס נעמען אויך אנטייל אין די היינטיגע צערעמאניע, און מען באגריסט זיך איינער דעם אנדערן.
מיר זענען דורך צוויי זיכערהייט טעסטס צו זען אויב קיינער טראגט נישט קיין געווער אדער שעדליכע מאטריאל, א לייכטע אונטערזיכונג בעפארן אריינגיין, און א ערנסטע פראצעדור וואס מען זעט אין לופטפעלד ביים פליען מיט ריזיגע מאשינען וואס סקענען אלעס וואס מען טראגט, מען גייט דורך א דערשפירער וואס פייפט פאר אייזן, און ווי נאר מיר זענען פארטיג, גייט מען צו א טישל ווי פארלאמענט ארבעטער גייען דורך אלע געסט, מען צייגט די אידענטיפיקאציע קארטל, און מען באקומט א סטיקער וואס מען דארף צייגן פאר א וועכטער ביים טיר פון די צערעמאניע.
ענדליך זענען מיר אלעס דורך, און ארויף צו די צווייטע שטאק, די געביידע איז גאר מאיעסטעטיש און גרויס, עס געבט דעם איינדרוק ווי מען שפאצירט אין די פאלאץ פון א פריץ וואס מען ליינט אין די ביכער. די “קאמענוועלט פארצימער” דינט ווי דער צייטווייליגער בית המדרש, מען דאוונט מנחה און עס איז צוגעשטעלט כשר’ע לייכטע איבערבייס.
דארט טרעפן זיך אן פארשידענע רבנים און עסקנים, פארטרעטער פון אסאך אידישע קהילות, אויך נעמט אנטייל א גרופע קינדער און בחורים וואס ווערן געברענגט צום פארלאמענט אלס א טריפ פון די חדר.
די טויערן עפענען זיך…
5 אזייגער האט זיך געעפנט די טיר פון די שטוב ווי עס פארגעקומען די צערעמאניע, דארט האבן שוין געווארט אסאך פאליטישע שישקעס, צווישן זיי דער פירער פון די אפאזיציע פארטיי, מר. ענדרו שעיר וואס האט געוואונען קעגן קעווין אלערי, און וועט לויפט קעגן טרודאו אין יאר 2019. דער פירער פון די ען-די-פי פארטיי מר. דזעדזמענט סינג. דער אמבעסאדער פון מדינת ישראל צו קאנאדע, דער ספיקער פון די פארלאמענט וועלכע איז געווען פארנומען צייגן זיינע זאקן מיט בילדער פון דריידלעך און מנורה’ס… און נאך פילצאליגע פאליטישע פיגורן פון אלע ספעקרומען, פארטייען און רעגירונג פיליאלעס אין לאנד. עס זענען אויך געווען אנוועזנד חשוב’ע אידישע געסט פון אמעריקא.
עס איז געווען צוגעשטעלט כשר’ע עסן און איבערבייס, ליגנדיג שיין אויסגעלייגט אויף א טיש מיט קאלירטע דריידלעך. צוויי מנורה’ס זענען געווען צוגעגרייט אויף א טיש פארנט פון קאנאדישע פענער, נעבן א שטענדער אנגעגרייט פאר דער פרעמיער מיניסטער דזשוסטין טרודאו, וועלכע איז געווארן פארוואנדלט אלס א הייסער שטיקל טעריטאריע, פאר פולע באטייליגטע וואס האבן זיך געשטעלט כאפן בילדער און סעלפיס…
דער פרעמיער מיניסטער ערשיינט
מיטאמאל האבן זיך אנגעהויבן באווייזן טיכטיגע ברייט געבויעטע אר-סי-עם-פי פאליציי אפיצירן, געווידמעט צו באשיצן דעם פרעמיער מיניסטער, זיי האבן זיכער געמאכט אז אלעס שטימט לויט זייערע סטאנדארטן, און געעפנט פלאץ. טרודאו איז דאן ערשינען מיט א שמייכל. און גראד צושפאצירט צום פלאטפארמע, ווען מיר האבן פרובירט האבן גאטס און רעקארדירן א ווידעא פונעם פרעמיער מיניסטער ווי ער וואונטשט חג שמח פאר די אידישער ווינקל ליינער, האט שוין דער רעדנער אנגעהויבן רעדן און אויפנעמען דעם פרעמיער, און טרודאו האט דיפלאמאטיש געענטפערט, “איך וועל פרובירן צוהערן און קאנצענטרירן צו די רעדעס…” די לייבוועכטער האבן זיך אוועקגעשטעלט אין א רינג, מיט א סטראטעגישע אופן, און ווער עס איז זיי געגאנגען אויף די געהירן, האט זיך געטראפן אינדרויסן פונעם רינג, ווען די חברה קאמיוניקירן מיט די ספעציעלע אויער אריינזאגער, און אנדערע פארגעשריטענע מעטאדן צו פארזיכערן דער פירער פון איינס פון די מאכטפולסטע וועלט לענדער.
דער וואס האט צוזאמענגערופן די צערעמאניע מר. ענטעני האוזפאדער, האט יעדן באדאנקט פארן קומען, און אויפגערופן טרודאו וואס האט גערעדט אין פראנצויזיש און ענגליש, באדאנקענדיג זיך פאר יעדן איינעם פארן קומען.
דאן האט גערעדט דער פירער פון די אפאזיציע פארטיי, און זינט טרודאו האט נישט געקענט ריכטיג ארויסזאגן חג שמח, איז דאס געווארן א גאנצער געלעכטער יעדעס מאל וואס א נישט אידישער רעדנער האט פרובירט ארויסזאגן א חית מיטן ריכטיגן אקצענט.
עס האבן אויפגעטראטן נאך עטליכע געסט און יעדער האט ארויסגעברענגט זייערע וויכטיגע פונקטן. טרודאו איז געשטאנען, געשמייכלט, געקלאטשט און זיך געלאזט הערן הויעך מיט זיינע מיינונגען אויף די אינהאלט פון אנדערע רעדנער’ס דרשות.
דאן האט דער צערעמאניע אנפירער מסביר געווען פארוואס עס איז צוגעגרייט צוויי מנורה’ס, זאגנדיג אז איינס איז א פאליטישע מנורה, און איינס איז א רעליגיעזע, און דאן ארויפגערופן דער פרעמיער צו צינדן א ליכטל, דער פרעמיער מיניסטער האט געשמייכלט און געפרעגט “וועלכע איז די פאליטישע?” מיט א מינע פון געלעכטער אויף זיין גאר וויכטיגע פראגע, דאן האבן געצינדן נאך פאליטיקאנטן אויף די פאליטישע מנורה, און רבנים און געמיינדע פירער אויף די רעליגיעזע מנורה.
א פסק אויפן וועג ארויס
דער פרעמיער האט זיך דאן אנגעהויבן ארויסיאגן, צו א פרישער אוונט פראגראם, און נישט פארברענגט ווי זיין שטייגער, אויף א געזעלשאפטליכע פארנעם, מיטן זיך שטעלן פאר בילדער און שמייכלען צו יעדנס קעמערא
א שיינער ציבור האט זיך צוגעשטופט צו דער פרעמיער, ווילנדיג א בילד אדער געבן די האנט, און ווען עס איז געקומען די רייע פון דער שרייבער פון די שורות צו געבן די האנט פארן פרעמיער, אים פרעגנדיג אויב מיר קענען כאפן א בילד אינאיינעם, האט זיך דער פרעמיער מיניסטער אנגערופן צו יעדנ’ס איבערראשונג “ניין, קענסט נישט באקומען א בילד, האסט שוין געכאפט גענוג…” (זעט אויס ווי ער איז געווארן נערוועז צוליב די פולע קעמעראס אין זיין געזיכט, א זאך צו וואס ער וואלט געדארפט זיין צוגעוואוינט, אבער אזוי איז געשען, און טרודאו קען פארגעסן פון מיין שטים פאר זיין פארטיי אין די וואלן פון 2019…)
איינער פון די עסקנים האט שנעל פאראייביגט דעם אומבאקוועמער מאמענט מיט א גוטן בילד, וואס לויט מאנכע איז אזא בילד מער אינטערסאנט ווי א פשוט’ער בילד…
די צערעמאניע האט זיך דאן געענדיגט, און די פולע מידיא גרופעס האבן צוזאמגעלייגט זייערע קעמערא געצייגן, און באריכטעט צו זייערע מיליאנען נאכפאלגער איבער די חנוכה צערעמאניע, צום דריטן מאל שוין, דורך די טרודאו אדמיניסטראציע.
דער עולם איז זיך צעביסלעך צוגאנגען זיך וואונטשנדיג חג שמח, און א פרייליכן חנוכה.