כלל ישראל שעפשעט אינאיינעם מיט הרב רובאשקין און זיין פאמיליע, ברוך מתיר אסורים!
א שאק כוואליע האט באנומען פריינט, פאמיליע, און אידן איבער די גאנצע וועלט מיט די אומפאראויסגעזעענע נייעס אז דער 45-סטער פרעזידענט דאנעלד טראמפ, האט באפרייט דער אידישער ארעסטאנט, הרב שלום מרדכי רובאשקין הי”ו, נאכן ווערן אריינגעשליידערט אין טורמע מיט איבער 8 יאר צוריק.
די ארעסט פון הרב רובאשקין האט אנגעהאלטן צו זיין פון די מערסט באקאנטע נייעס און טעמעס ביי כלל ישראל דורכאויס די לעצטע 8 ווען מען איז געווען פארנומען כסדר מיט קאמפיינס צו שאפן געלט, איבערווייזן זיין אומשולד, און אים אהיימברענגען פון טורמע.
רבי שלום מרדכי איז געווען דער בעל הבית און גרונדער פון די גרעסטע אידישע שלאכטהויז אין אמעריקא, זייענדיג לאקירט אין פעסטוויל אייאווע, און עס איז געווארן איבערגעפאלן דורך די רעגירונג און עף-בי-איי אגענטן מיט ארום 8 יאר צוריק, צוליב לעגאלע קלאגעס וואס זענען שוין געווארן צענדליגע מאל אויפגעוויזן אלס קארופטירט און פארפוילט מיט געמיינע אינטערעסן.
זינט דאן איז גאנץ כלל ישראל געווארן פאראייניגט ווי ברודער מיט רבי שלום מרדכי מאכנדיג דאס ווי א טעמע וואס בארירט יעדן ווי א פערזענליכע זאך, אידן האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער צו ארויסהעלפן די מצב און געצייגט אויסערגעווענליכע אינטערעסע אין יעדע ביסל פארשריט אין די פראנט פון די “רובאשקין קעיס”.
הרב רובאשקין האט כסדר געשריבן חיזוק בריוון פון די פינסטערע צעלן, און פארשפרייט אינספיראציע און חיזוק צו טויזענטער אידן וואס האבן געליינט זיינע בריוון מיט דורשט.
היינט איז געקומען די פרייליכע מעלדונג, אין אן אפציעלן צעטל פון ווייסן הויז אז דער פרעזידענט טוט ארויסלאזן הרב רובאשקין פון טורמע, (נישט פארדאנירן, וואס דאס טוט אויך אפווישן די היסטאריע און רעקארדס)
אינעם צעטל שטייט, צווישן אנדערע פרטים איבער די באלדיגע באפרייאונג, אז הרב רובאשקין איז א 57 יעריגער טאטע פון 10 קינדער, און אז ער האט געפירט די גרעסטע כשר’סטע שלאכטהויז אין אמעריקא. און איבער די שטיצע פון פילצאליגע קאנגערסלייט און געזעץ מבינים אז דער פרעזידענט זאל ארויסלאזן רובאשקין פון טורמע, קומענדיג ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, נאך א גאר גרויסער לעגיסלאטיווער געווינס פאר די טראמפ אדמיניסטראציע און רעפובליקאנער איבער די טעקס קאטס און דזשאבס אקט, א היסטארישער דורכברוך וואס האט אויפגעשאקלט די פאראיייניגטע שטאטן פריער אין טאג.
די פרייליכע נייעס האט אויפגערודערט די אידישע וועלט, און באלד האבן אנגעהויבן ארומפארן ווידעא ווי פאמיליע און פריינט ספעציעל אין קראון הייטס לאזן זיך ארויס אין פרייליכע טענץ, ווען פון די אויגן רינען טרערן, קומענדיג אין פארעם פון א שטארקע מתנה פון הימל, אן וואס מען זאל דאס האבן פאראויסגעזען.
שרייבנדיג די באריכט איז די ווייב פון הרב רובאשקין אויפן וועג צו די טורמע אין אויטיסוויל, ווי מען דארף אויספולן עטליכע פאפירן און פון דארט איז ערווארטעט אז הרב רובאשקין “אויפן וועג אהיים” ווי ער וועט מיטהאלטן די זון אויפשיין אין זיין אייגן הויז, מאכן א קאווע אן קייטן, און שעפן נחת פון זיין הערליכע פאמיליע.
די שמחה ביי כלל ישראל איז עד אין לשער, מען דאנקט הקב”ה אויף די גאר גוטע נייעס און אינאיינעם טוט דער אידישער פאלק מיטבענטשן מיט הרב שלום מרדכי רובאשקין און זיין פאמיליע די ברכה פון ברוך מתיר אסורים!
פאר בילדער און ווידעא דעקונג זעט ווי פאלגנד:
בילדער און ווידעא: די באפרייאונג פון הרב שלום מרדכי רובאשקין, דורך פרעזידענט טראמפ חלק א’