אידישע נייעס

שוהל אין טוניזיע וואנדאליזירט

דזשערבא – א פייער-באמבע וועלכע איז געווארפן געווארן אויפן היסטארישן “על גאריבא” שוהל וואס געפינט זיך אויפ’ן טוניזיער אינזל דזשערבא, האט געשאפן שאדנס, אבער בחסדי ה’ קיין פארוואונדעטע. דער אינצידענט האט פאסירט אינמיטן דער נאכט, אלס טייל פון די אנגייענדיגע אנטי-רעגירונג פראטעסטן וועלכע בושעווען אין לאנד – ווי באריכטעט אויבן – און עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס טעראריסטן און אנטיסעמיטן צילן דעם על גאריבא שוהל פאר אטאקעס.

כמעט אלע אידן אין טוניזיע זענען קאנצענטרירט אויפן דזשערבא אינזל, און זיי ציילן זיך אין די עטליכע הונדערט, זייענדיג די גרעסטע אידישע געמיינדע אין סיי וועלכע אראבישע לאנד. דאס לעצטע מאל וואס דער על גאריבא שוהל איז געצילט געווארן אין אן ערנסטע און טויטליכע אטאקע, איז געווען אין יאר תשס”ב, ווען טעראריסטן האבן דורכגעפירט א קאר באמבע אויפרייס פארנט פונעם שוהל, אומברענגענדיג 21.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.