אינטערעסאנט און פיקאנט

וואונדער-בעיבי איבערגעלעבט פליגער קראך

קאלאמביע – א בעיבי האט וואונדערליך איבערגעלעבט א פליגער קראך אין קאלאמביע, אינדערצייט וואס זיין פאטער, מוטער און בעיביסיטער זענען געשטארבן.

די פאמיליע איז געפלויגן מיט א קליינעם פליגער אויף א לאקאלער דאמעסטישער רייזע אין קאלאמביע, ווען דער פליגער האט אראפּגעקראכט אויף א פעלד. ווען די עמורדזשענסי אויטאריטעטן זענען אנגעקומען, האט אויסגעזען ווי עס זענען נישטא קיין איבערלעבער, אבער דאן האבן זיי געטראפן דאס פּיצל קינד מיט צייכענעס פון לעבן, זייענדיג נאך אויפ’ן שויס פון די עלטערן. דאס קינד איז אין א סטאבילן צושטאנד.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.