מישיגען – א לאקאלער מעיאר אין א מישיגען שטעטל האט א מעסעדזש פאר זיינע איינוואוינער: נישט מיך נודזשען ווען אין לויף אויף דער גאס טעגליך אלס טייל פון מיינע איבונגען.
דער מעיאר, פון ווארען, מישיגען, זאגט אז ער האט געמוזט ארויסשטעלן די ביטע אלס אן אפיציעלער מעסעדזש, נאכדעם וואס עטליכע איינוואוינער האבן זיך באקלאגט אז ער האט זיי איגנארירט בשעת’ן לויפן פאר איבונגען, און ער האט געוואלט קלארשטעלן אז ער איז גרייט יעדן אויסצוהערן, אבער נישט בעת ער לויפט…
עס וואונדערט זיך נאר וויאזוי דער מעיאר קען זיך ערלויבן צו נודזשען זיינע איינוואוינער ווען ער “לויפט” – פאר ווידערוויילונג…