און צום צווייטן מאל!
מחנה מונקאטש פרעזענטירט הערליכע ווידעא אויף ניגון “מענדי-סענדי-קענדי.”
כמעשהו פאריגע זומער, ווען מיר האבן אהערגעשטעלט א הערליכע פרעזענטאציע פון “דער שידוך” מיט’ן הייליגן רבי שלום שרעבי זצוק”ל, כך מעשהו היי-יאר ווען מיר האבן אהערגעשטעלט א גאר אייגנארטיגע פרעזענטאציע, ווי די קינדער שפילן אראפ דעם באקאנטן און תוכנ’דיגן ניגון ‘מענדי, סענדי, קענדי,’ פון די אידישע ניגונים סעריע וואס ווערט געזינגען דורך מיכאל שניצלער.
דער ניגון און די גראמען זענען פארפאסט און געשריבן געווארן דורך ליפא שמעלצער.
במשך דעם גאנצן זומער ווערט אין “מחנה חיים ושלום” אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות אין די קינדער אז זיי זאלן לערנען מידות טובות און מיטנעמען אהיים גוטע זכרונות, האבן מיר געשפירט אז אט דער ניגון וועט זיין דער בעסטער אויסוואל, אריינצוברענגען אין זייערע הערצער די הארבקייט פון וויי-טון אנדערע אדער זיך מישן אין מחלוקת. ספעציעל האלטנדיג בעפאר די הייליגע טעג, ווען מען בעט זיך איבער איינער מיט’ן אנדערן. דער ניגון לערנט אונז איבער א גאר הארציגע געשיכטע ווי א גאנצע שטאט האט חושד און דן געווען א מענטש, אים בארעדט און צוגרינד געלייגט זיין לעבן, אויף א פארברעך וואס ער איז ניטאמאל באגאנגען.
דער פראיעקט ווערט פרעזענטירט צו אייך דורך דער באקאנטער ראש המדריכים המחנך ר’ וועלוול שמעלצער שליט”א, ואתו עמו דער סגן ר’ משה שמואל דייטש שליט”א אין מחנה חיים ושלום מונקאטש, וועלכע לייגן אריין אומבאשרייבליכע כוחות דורכאויס דעם גאנצן יאר בכלל און במשך די זומער וואכן בפרט, אז יעדע זאך אין קעמפ זאל האבן הצלחה און אז יעדע יונגל זאל ארויסקומען אין זיינע שענסטע קאלירן.
דער ניגון ווערט אויסגעשפילט און אהערגעשטעלט דורך די אויסגעצייכנטע קינדער פון מחנה “תתחדש”, מיט זייער מדריך ר’ אהרן יודא ווייזער הי”ו.
עס גייט אריין אין אזא פראיעקט גאר אסאך כח, צייט, און ארבעט און יעצט איז צייט אז די עלטערן זאלן דאס קענען זען און שעפן נחת.
די ווידעא איז אויפגעשפילט געווארן אין קעמפ, און מען האט געקענט זען פארטרערטע אויגן און באקן ביי די אנוועזנדע אזש עס איז אלעמען אריין אין די ביינער. מיר האפן אז אויך ווייטער וועלן אידן דערפון הנאה האבן און האבן א התעוררות אויף למעשה.
א ספעציעלן דאנק פאר אונזער טאלאנטפולער מיטארבעטער, לייבי פאסטן, וועלכער האט צוזאמגעשטעלט די ווידעא, און פאר אלע געטרייע מדריכים און מונקאטש, וועלכע האבן צוגעגעבן צו דעם פראיעקט מיט זייערע הערליכע געדאנקען.
קוקט, און האט הנאה!
חברה ווי אזוי זאגט מען כל הכבוד……………….
נישט דא קיין ווערטער אויף דעם סאיז מער ווי אויסער געווענדליך……………
ווי אזוי זאקט מען פאדיחות…………………….