אידישע נייעס בילדער ווידעאס

באריכט, ווידעא & בילדער: חברה הצלה מאנטרעאל פארמישט אין 40 קארן קייט עקסידענט

א שווערע קייט קאר עקסידענט מיט איבער 40 פארמישטע האט נעכטן פאסירט נאך די גרעניץ אריין אין קאנאדע, אויף די שאסיי 15 וועלכע ווערט באנוצט דורך טויזענטער חסיד’ישע אידן. די עקסידענט האט פאסירט צוליב שווערע ווינטן וועלכע האבן געטריבן שניי אין אלע ריכטונגען מאכנדיג אוממעגליך צו קענען ארויסקוקן, אזוי האט זיך אנטוויקלט א שווערע קאמפליצירטע עקסידענט ווען קאר’ן קומען צו פליען און זעען נישט די כאאס פון צענדליגע צעקראכטע קארס און זענען מיטאמאל אליינס געווארן פארמישט אין די עקסידענט.

ענדליך ווען די פאליציי האבן גענצליך אפגעשלאסן דעם 15 שאסיי וועלכע פירט אריין קיין קאנאדע, האט זיך עס אפגעשטעלט און די עמערדזשענסי פערסאנעל האבן אנגעהויבן באהאנדלען די שווערע שאדן ביז שפעט ביינאכט. די עקסידענט האט פאראליזירט די פארקער פון גאנצעטע געגנטער ארום און רייזענדער זענען געווען געשטראנדעט אין קליינע זייטיגע שאסייען וועלכע האבן נישט געקענט אקאמאדירן אזויפיל טרעפיק אויפאיינמאל.

חברה הצלה פון מאנטרעאל וועלכע איז געקומען צו פארן א שיינע האלבע שעה ארויסצוהעלפן עטליכע אידישע רייזענדער וועלכע זענען געווען געשטראנדעט אין די ביטערע פרעסטן אן א קאר, איז אויך פארמישט געווארן אין אן עקסידענט צוליב די שווערע וועטער, ווען א טרעילאר איז אריינגעפארן אין זייער ווען, און צע’מזיק’ט דעם טרעקל.

די נייעס סטאנציעס האבן געדעקט דעם עקסידענט ווי אן ערנסטער נייעס און עס באצייכנט אלס גרויסער נס, ווען עס איז נישט באריכטעט געווארן קיין איין אומגעקומענער אין דעם שווערן עקסידענט.

געניסט פון א פולער געלערי פון בילדער און ווידעא, צוזאמענגעקליבן


איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.