אידישע נייעס בילדער

משה’לע איז צוריק! באזוך פון משה’לע האלצבערג אין מומביי

די לעצטע מאל ער איז געווען אין די נייעס איז געווען ווען ער איז געווען א קליין אומבאהאלפן קינד אין די הענט פון א לאקאלער פרוי א בעביסיטער וואס האט געארבעט ביי די האלצבערג’ס הי”ד. זי האט העלדיש געראטעוועט זיין לעבן און אזוי ארום איז בס”ד געבליבן א הערליכער אנדענק פון משפחת האלצבערג וועלכע האבן אנגעפירט מיט די בית חב”ד אין מומביי אינדיע.

משה’לע איז עלטער געווארן און אויפעוואקסטן ביי זיין זיידע אין ארץ ישראל. און אין די טעג איז ער געפארן קיין מומביי, די שטאט וואו ער איז געבוירן געווארן, און די שטאט וואס האט צוגעזען די בלוטיגע אומקום פון ביידע זיינע עלטערן, משה’לע איז געוויזן געווארן די געגנט וואו ער איז אויפגעוואקסן און וועט אנטייל נעמען אין די גרונדונג פון א מוזעאום אין אנדענק פון זיינע עלטערן.

אט זעט א סעריע גאר היסטארישע און עמאציאנאלע בילדער פון זיין באזוך אין אינדיע.


איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.