לאקאל און נאציאנאל

געריכט: טעקסאס וויילער איי-די געזעצליך

אוסטין – א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט געאורטיילט, אז טעקסאס מעג אינפארסירן זייער נייע וואל געזעצן, וועלכע וועט פארלאנגען אז יעדער וואס קומט אפגעבן א שטימע, וועט דארפן ווייזן א ספעציעלע אידענטיפיקאציע קארטל בעפאר’ן שטימען.

טעקסאס האט שוין געהאט דורכגעפירט דאס געזעץ אין יאר 11′, אבער ליבעראלע גרופעס זענען גלייך געלאפן אין געריכט און פרובירט צו בלאקירן די סטעיט באאמטע פון אינפארסירן דעם געזעץ, זאגנדיג אז עס טוט דיסקרימינירן קעגן שווארצע און אנדערע מינאריטעטן, וואס פאר זיי קומט אן שווערער צו האבן געהעריגע איי-די קארטלעך.

עטליכע לאקאלע און קלענערע פעדעראלע געריכטן האבן ביז יעצט אייביג געגעבן גערעכט פאר די ליבעראלע גרופעס און בלאקירט טעקסאס פון אינפארסירן דאס געזעץ, אבער יעצט האט א פעדעראלע אפעלאט געריכט געאורטיילט אז דאס געזעץ איז נישט קיין דיסקרימינאציע, און טעקסאס קען עס געהעריג אינפארסירן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.