לאקאל און נאציאנאל

ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר, פארן גנב’נען א פופציגער

א ריכטער אין אהלאבאמא האט באפרייט די וואך א 58 יעריגער ארעסטאנט וואס איז געזעסן אין טורמע פאר’ן גנב’נען 50 דאלער און 75 צענט, נאכן זיצן דערפאר אין טורמע פאר 36 יאר.

די רעדע איז פון אלבין קנארד, וועלכער איז פאראורטיילט געווארן אין יאר 1983 אן קיין מעגליכקייט צו באגנאדיגונג, נאכדעם וואס מ’האט אים געכאפט גנב’נען די פריער דערמאנטע סומע פון א בעקעריי.

דאס איז געווען א שטראף פון א שטרענגע געזעץ וואס האט געזאגט אז א פארברעכער וואס ווערט געכאפט ביים דורכפירן א גניבה מער ווי צוויי מאל, באקומט די שטרענגסטע אורטייל וואס נאר מעגליך. וויבאלד ער האט גע’גנב’עט מער ווי צוויי מאל פריער, האט ער באקומען די הארבע שטראף.

זיין אדוואקאט האט שוין פרובירט עטליכע מאל צו אפיעלן זיין באפרייאונג, איבערהויפט פון 2013 ווען מ’האט געטוישט די געזעצן פאר די סארט פארברעכער אין יענעם סטעיט, פארפירנדיג אז ער איז נישט באגאנגען אזא שרעקליכע פארברעכן…

די וואך איז ער ענדליך באפרייט געווארן פון טורמע. דער ארעסטאנט זאגט אז ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטוען, און פארשפרעכט צו אנהייבן א נייע ארנטליכע לעבן וואו ער וועט ארבעטן אלס א טישלער.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.