לאקאל און נאציאנאל

‘די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט’ האט געכאפט אן ערנסטער דרימל…

די ווירבלנדע שטאט מאנהעטן וועלכע איז באקאנט מיט איר צונאמען ‘די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט’, האט געכאפט אן ערנסטער דרימל, נאכדעם וואס א מאסיווער קורצשלוס האט איבערגעלאזט איבער 45,000 הייזער דורכאויס 30 גאסן אויסגעשאלטערט פון עלעקטעריציטעט.

די גאסן פון טיימס סקווער ביז 72 בראדוועי זענען פארטונקלט געווארן, אונטערערדישע באנען האבן זיך ספאנטאן אפגעשטעלט, געשעפטן זענען פארקלאפט געווארן, און פארשידענע פארוויילונגס ערטער האבן געמוזט אפשטעלן די נארישקייטן און ארויסשיקן אלע אנוועזנדע.

ערשט פיר שעה נאך די ערשטע באריכטן אביער די קורצשלוס האט מען געמאלדן אז מ’שטעלט צוריק די עלטקטעריק אין ארט. פון אלע זייטן זענען געפארן פאליציאנטן און פייער טראקס מיט הויכע סירענעס, און עס האט זיך געשפירט א כאאס אויפן געגנט.

לויט א באריכט איז דאס געוען א טעכנישע פראבלעם פון די עלעקטעריק פירמעס, גאווערנאר קאומא האט געעפנט אן אויספארשונג איבער די אורזאן, און עס שטעלט זיך ארויס אז ס’איז נישט געווען אן אקט פון א פיינטליך לאנד, ווי מאנכע האבן שפעקולירט פון פריער.

איראניש, דאס איז פארגעקומען גענוי אין די יארטאג וואס ניו יארק האט אפגעצייכנט 42 יאר פון די ריזיגע קורצשלוס אין ניו יארק וואס האט באטראפן ניו יארק אין יאר 1977.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.