א העפטיגע געשלעג איז פארגעקומען צווישן די גרעניץ וועכטער אין באסניע און די לייבוועכטער פון דעם טערקישן פרעזידענט ערדואן, נאכדעם וואס די לייבוועכטער האבן נישט געוואלט איבערגעבן זייערע וואפן ביים לאנדן ווי די געזעץ פארלאנגט.
דאס האט פאסירט ווען ארדואן איז אראפגעשטיגן פון פליגער צו א ספעציעלע סאמיט אין באסניע וואס האט זיך געצויגן פאר 2 טאג. די גרעניץ וועכטער האבן פארלאנגט אז מ’זאל זיי איבערגעבן די וואפן, אבער די לייבוועכטער האבן נישט געהאלטן דערביי, זאגנדיג אז זיי דארפן באשיצן זייער פרעזידענט.
נאכדעם וואס א גרעניץ וועכטער האט פרובירט אליינס צו ארויסכאפן א ביקס פון א לייבוועכטער, האבן די טערקישע לייבוועכטער אנגעהויבן צו טיילן ערנסטע מכות פאר די באסניע גרעניץ וועכטער אין לופטפעלד, פון וואס עטליכע פון די באסניע גרעניץ וועכטער זענען פארוואונדעט געווארן.
די לייבוועכטער פון ארדואן זענען באקאנט אלס אגרעסיווע און שלעגער, ס’איז נישט דאס ערשטע מאל וואס זיי זענען פארמישט אין געשלעגן אין אנדערע לענדער.