אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אומבאקאנטער מאן קריכט ארויף די העכסטע טורעם אין די אייראפעאישע פאראיין אן זיכערהייט מיטלען

אן אומבאקאנטער פארשוין איז ארויפגעקראכן אויף “די שארד” טורעם – די העכסטע טורעם אין לאנדאן, אן קיין שום זיכערהייט מאסנאמען ווי שטריק אדער אפילו א זיכערהייט היטל. אנקומענדיג צום שפיץ טורעם האט ער געטראפן די פאליציי אים אפווארטן, זיי האבן גערעדט מיט אים עטליכע מינוט, און געלאזט גיין פריי.

די פאליציי האט באריכטעט אז זי איז אלארמירט געווארן איבער א מאן וואס קריכט אויפן טורעם, זיי האבן באלד גערופן רעטונגס לייט, אבער אין ענדע האט מען דאס נישט געדארפט נוצן. בשעת מעשה האט מען אפגעשפארט די געגנטער ארום דעם טורעם.

די שארד טורעם איז הויך 309.6 מעטער און אזי די העכסטע טורעם אין די אייראפעאישע פאראיין. די געביידע באלאנגט פאר קאטאר, און פארמאגט 95 שטאקן מיט אפיסעס, רעסטוראנטן און האטעלן. ס’נישט דאס ערשטע מאל וואס אוואנטוריסטן קריכן דערויף, און פאליטיקאנטן נוצן דאס אויס צו שיקן זייערע מעסעדזשעס.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.