אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אוסטראליע נעמט אין באטראכט צו אנטוויקלען אירע אייגענע נוקלעארע וואפן

אין די צייט וואס איר גרעסטע אליאירטער – וואשינגטאן – שטייט היבש וואקלדיג אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע, און דער שונא כינע ווערט מער און מער אגרעסיוו, האבן מיליטערישע סטראטעגיסטן אין אוסטראליע אנגעהויבן אריינצוקוקן – הגם גאר פארזיכטיג – איבער די מעגליכקייט צי זיי ווילן אנהייבן אנטוויקלען אירע אייגענע נוקלעארע וואפן.

דורכאויס לאנגע יארן זענען די מיליטערישע קרעפטן פון אוסטראליע נישט געווען צופיל באזארגט. איר הונדערט יעריגער פריינט די פאראייניגטע שטאטן האבן זיי צוגעשטעלט א זיכערהייט שוץ, און זיי האבן עקספארטירט קיין כינע אזויפיל ווי 20 יאר אן קיין שום ערנסטע עקאנאמישע שוועריקייטן.

די פראבלעם איז אז זינט פרעזידענט טראמפ האט זיך צעריבן מיט כינע איבער די האנדלס קריג, הייבט אן אוסטראליע צו שפירן אלס מער און מער אומרואיג און אומפארזיכערט. אין אוסטראליע האט מען שטארק מורא אז דאס קען אפעקטירן איר האנדל מיט כינע.

זיי פרובירן צו שטיין וואס ווייטער פון די ארענע, אבער זיי זענען שטענדיג אין אנגסט אויב וועט כינע אנהייבן זיי צו טשעפענען. און כדי דאס זאל נישט געשען, האט פארגעשלאגן אוועל יו ווייט – א געוועזענער פרעזידענטליכער ראטגעבער פון אוסטראליע – אז מ’זאל אריינקוקן אין די מעגליכקייט פון באשיצן דאס לאנד מיט נוקלעארע וואפן, ווי ער שילדערט אין זיי נארוואס ערשינענע בוך “וויאזוי צו באשיצן אוסטראליע”.

אינעם ביכל שטייט נישט צי מ’זאל יא אדער נישט אנהייבן צו אנטוויקלען די וואפן, נאר בסך הכל אז מ’זאל אנהייבן טראכטן דערפון. און ער זאגט אז עס איז לאגיש דאס צו טוען. אבער אזא זאך מיינט אן אנטוויקלונג וואס וועט זיין פארבינדן מיט פילע עקאנאמישע, פאליטישע און דיפלאמאטישע אינטערנאציאנאלע פרייזן וואס זיי וועלן זיך דארפן אונטערנעמען פאר די וועלטס געמיינדע.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.