טשיקאווע נייעס

אוואנטוריסטן רעדן פון שטורעמען געפארפולע מיליטערישע סודות’פולע ‘עריע 51’ געגנט

איבער א האלב מיליאן מענטשן האבן זיך שוין רעגיסטרירט צום פלאן פון שטורעמען קומענדיגן סעפטעמבער 20 דעם עריע 51 און ‘קענען זען די אנדער-פלאנעט-באשעפענישן’, א זאך וואס געוויסע האלטן אז עס עקזיסטירט און געפינט זיך אין אט דעם פארקלאפטן געהיימען ארט.

די הומאריסטישע פלאן איז זיך אראפצולאזן דארט מיט פילע מחנות און עס שטורעמען, מיטן אויסרייד אז ‘די מיליטער קען נישט אפשטעלן אזא גרויסע עולם’.

עריע 51 וועלכע געפינט זיך אין די מדבר פון נעוואדע אונטער די אמעריקאנער מיליטער’ס הערשאפט ווייט 140 קילאמעטער פון לאס וועגאס, איז אלס געווען א שפיץ פון קאנספיראציעס און טעאריעס, און אסאך האלטן אז די מיליטער האלט דארט פארשידענע אביעקטן און באשעפענישן פון אנדערע פלאנעטן…

די ערשטע מאל וואס מ’האט זיך באנוצט אפיציעל מיט דעם ארט איז געווען אנהייב פון די 50’ער יארן ווען די אמעריקאנער מיליטער האט דארט אויספרובירט זייערע U2 שפיאנאזש פליגער. נאכדעם וואס די פליגער זענען אריין אין קראפט, האט מען דארט פרובירט אנדערע מיליטערישע פליגער און געצייגן.

ערשט אין יארע 2013 נאך צענדליגער יארן פון לייקענען, האט די מיליטער מודה געווען אז עס עקזיסטירט אזא ארט, און אז ס’איז אונטער די מיליטער.

די ארגאניזירער פון דעם מארש האבן דאס געמאכט פאר א וויץ און באלד קלארגעשטעלט אז זיי זענען נישט דא פון טראגן קאנסעקווענצן אויב איינער גייט געשעדיגט ווערן דורך די מיליטער אויב וועט מען פרובירן אריינצעשטורעמען אין דעם געהיימען ארט.

א ווארטזאגער פון די עיר פארס האט קלארגעשטעלט אז זיי זענען גרייט צו באשיצן אמעריקע און איר אייגענטום, און אויב וועט איינער קומען אטאקירן דאס ארט עריע 51 זאל ער וויסן אז ער שפילט מיט פייער.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.