אידישע נייעס

דייטשע קאמף קעגן אינטערנעט האס

בערלין – א הויכראנגיקער באאמטער אינערהאלב די דייטשע רעגירונג זאגט, אז ער וויל געבן מער מאכט פאר דייטשע פראקורארן, אז זיי זאלן קענען ארויסשטעלן האס קלאגעס קעגן פארשוינען וועלכע שרייבן אנטיסעמיטישע קאמענטארן אויפן אינטערנעט, אפילו אין פעלער וואס די מאטעריאלן און די וועבסייטס אויף וועלכע זיי וועלן געשריבן, זענען סטאנציאנירט אין אויסלאנד. דער באאמטער איז דער יוסטיץ מיניסטער פון בייערן, וועלכער זאגט אז ער וועט פארשלאגן דעם געזעץ טויש ביי א זיצונג מיט יוסטיץ מיניסטארן פון די אנדערע 15 דייטשע סטעיטס קומענדיגן מאנאט, זאגנדיג אז די ביז יעצטיגע געזעצן געבט א געלעגנהייט פאר דייטשע אנטיסעמיטן זיך ארויסצודרייען, דורכ’ן טענה’ן אז די קאמענטארן וואס זיי האבן געשריבן, איז אויף א וועבסייט וועמענס “סערווערס” זענען אין אויסלאנד, און דעריבער קענען זיי נישט געקלאגט ווערן אין דייטשלאנד.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.