איסלאמאבאד – אן אמעריקאנער דיפלאמאט אין פאקיסטאן, וועמען די ארטיגע רעגירונג האט נישט ערלויבט צו פארלאזן דאס לאנד אין די לעצטע פאר טעג, האט נעכטן ענדליך באקומען ערלויבעניש ארויסצופארן, און האט זיך טאקע גלייך געהויבן מיט א פליגער און אהיימגעקומען קיין אמעריקע. דאס צוריקהאלטן דעם דיפלאמאט – וועמענס אידענטיטעט איז געהאלטן געווארן אין געהיים – פון ארויספארן פון פאקיסטאן, איז געקומען נאכדעם וואס דער דיפלאמאט איז געווען פארמישט אין א קאר עקסידענט אין איסלאמאבאד, וואס האט זיך געענדיגט מיט איין פאטאליטעט. דאס בלאקירן דעם דיפלאמאט פון ארויסגיין פון פאקיסטאן, האט צוגעגעבן צום אנגייענדיגן אנגעצויגנקייט צווישן פאקיסטאן און אמעריקע, אבער נעכטן איז די דראמא געקומען צו אן ענדע און דער דיפלאמאט איז אהיימגעפארן.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.