אידישע נייעס

מארד אויף עלטערע איד אין האנדוראס

ברוך דיין האמת: עס קומט אריין די ביטערע נייעס אז א איד מיטן נאמען ר’ ראובן פרענקלין ע”ה איז אומגעברענגע געווארן רח”ל דורך 3 באוואפנטע מערדער, אין זיין היימשטאט קאטאקאמאס, האנדוראס. ר’ ראובן וואוינט שוין אין קאטאקאמאס פאר נאנט צו פערציג יאר, און פארמאגט א ביזנעס פון הינער און בהמות וואס ער פארקויפט, וואס די נייעס קוועלער ווייסן צו דערציילן אז דאס איז געווען א סוקסעספולער ביזנעס.

די מארד איז אויסגעפירט געווארן דורך א שיסעריי, ווען דריי מערדער זענען געפארן נעבן אים, און אים פאטאל דערשאסן פארנדיג ווילד אויף מאטאר ביציקלעך, פארנט פון זיין פארם.  לויט די פאליציי איז דאס נישט געווען קיין אנטיסעמיטישער אניצידענט, נאר א ביזנעס געפעכט וואס האט זיך געענדיגט זייער שלעכט.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.