א קעיס וואס האט געברענגט שפאנונג ביי עסקנים און להבדיל אנדערע רעליגיעזע קערפערשאפטן, איז נעכטן ענדגילטיג געווארן גע’פסק’נט בחסדי השם לטובת די רעליגיעזע זייט, און דאס וועט ווארשיינליך באשיצן אידישע ביזנעסער אז מ’זאל נישט קענען אויף זיי ארויפצווינגען צו צושטעלן זאכן וועלכע זענען נישט אין איינקלאנג מיט די תורה.
די געריכט האט זיך געדרייט ארום א קעיס פון א בעקער אין קאלראקאדא, וואס האט נישט געהאלטן ביים צושטעלן קוכן פאר א געוויסע פאראדע וואס איז נישט געווען אויסגעהאלטן לויט זיין רעליגיע, און ער איז געווארן אנגעקלאגט אויף דיסקרימינאציע, דורך ליבעראלע גרופעס. דער בעקער האט אינוועסטירט שווערע געלטער צו באקעמפן דעם קעיס, און דאס האט אים עווענטועל געברענגט צו באנקראט.
נאכן זיך שלאגן אין עטליכע געריכטן איז די קעיס אנגעקומען ביזן העכסטן געריכט אין די פאראייניגטע שטאטן, וואס האט ענדגילטיג באשטעטיגט אז מען קען נישט ארויפצווינגען א ביזנעסמאן צו אהערשטעלן זיינע פראדוקטן פאר א זאך וואס זיין רעליגיע ערלויבט נישט, וויבאלד די קאנסטעטוציע גיבט פרייהייט פאר רעליגיע. דער פסק איז א שטארקער זיג פאר אידישע אינטערעסן.