בארהאז קמאלוואנדי, דער ווארטזאגער פון די איראנע נוקלעארע אגענטור, האט היינט געמאלדן אז מען גייט בקרוב הערן מעלדונגען אין די אלגעמיינע אינטערנאציאנאלע אטאם-ענערגיע אגענטורן איבער זייער פלאן צו בארייכערן די אוראניום, זאגנדיג אז איראן ווייסט פיין וואס זי האט צו טון, און האט די מעגליכקייט דערצו מיט די סענטערפיודזשעס וועלכע איז אצינד אין אירע הענט. ווי ער זאגט, ווער אנקומען א בריוו צום אינטערנאציאנאלן אגענטור מיט א דאטום ווען מ’וועט אנהייבן צו בארייכערן די אוראניום אויף א פארנעם וואס קען פראדוצירן נוקלעארע וואפן.
דאס קומט א טאג נאכדעם וואס דער העכסטער פירער אין איראן, איאטאללא כומעני האט באפוילן צו אנגרייטן די נוקלעארע איינריכטונגען, אין פאל דער נוקלעארער איראן דיעל וועט צופאלן, אלס רעזולטאט פון דעם וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט זיך ארויסגעצויגן פון איר פאר א חודש צוריק.
כאטש וואס די אייראפעאישע לענדער האבן זיך פארפליכטעט צו בלייבן אינעם דיעל, האבן זיי פארדאמט די באליסטישע פראגראם און כסדר’דיגע אגרעסיעס צו כאפן א גרויס איינפלוס אינעם מיטל מזרח. איראן האט אבער שארף דערקלערט אז די דיעל און די זארגן פון די אייראפעאישע לענדער זענען צוויי באזונדערע זאכן, וואס האבן נישט קיין שייכות.
אין פאל וואס איראן וועט בארייכערן די אוראניום, האט פרעזידענט טראמפ פארשפראכן צו לייגן אויף זיי גאר שווערע סאנקציעס, און דערין וועט אויך זיין אריינגערעכנט סאנקציעס אויף לענדער וועלכע האנדלען מיט איראן, א זאך וואס קען פארקריפלען די איראנער אקאנאמיע, וויבאלד עס לוינט זיך פאר די אייראפעאישע לענדער צו טון ביזנעס מיט אמעריקע, ווי איידער מיט איראן.
כלל ישראל איז מתפלל אז די רשעים אין איראן זאלן נישט קענען עררייכן זייער ציל, מיט וואס זיי זאגן צו אז זיי וועלן פארמעקן ארץ ישראל, און מ’איז מתפלל שומר ישראל שמור שארית ישראל.
[…] איראן דיעל • אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס […]