אין די יעצטיגע צייט ווען נוקלעארע וואפן איז א הייסע טעמע אין די זיכערהייט פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, סיי צוליב די ארויסציאונג פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ פון די איראן דיעל, וואס איראן סטראשעט אלס רעזולטאט פון די ארויסציאונג, צו אנהייבן פון פריש בארייכערן זייער אוראיניום ווי שוין נעכטן באריכטעט, און סיי ווען די פאראייניגטע שטאטן ארבעט אויף די סאמיט מיטן צפון קארעא פירער קים יאנג אן, וואו פרעזידענט טראמפ פלאנירט אים צו פארלאנגען ער זאל אויפגעבן זיין נוקלעארער פראגראם, נאכדעם וואס ער האט שוין ארויסגעוויזן וויליגקייט מיטן אויפרייסן א נוקלעארער איינריכטונג פארנט פון פרייע וועלט זשורנאליסטן – א זעלטענע שריט פון די איזאלירטער צפון קארעא – אויף וואס געוויסע עקספערטן טענה’ן אז דאס איז בלויז א שפיל.
אין שוואונג פון די נייעסן, האט די פענטעגאן געמאלדן אז זיי האלטן אינמיטן אנטוויקלען א פראגראם וואס וועט אויפכאפן גענוי וואו אין די וועלט עס געפינען זיך נוקלעארע מיסלס, און וועט גלייכצייטיג נאכפאלגן יעדע סארט נוקלעארע אקטיוויטעט, אריינגערעכנט דאס אריבערפירן נוקלעארע מיסלס פון איין לאקאציע צום צווייטן, און אזוי ווייטער.
דאס דארף צו דינען אלס מעסעדזש סיי פאר איראן און סיי פאר צפון קארעא, אז זיי זאלן בעסער זיין פארזיכטיג, ווייל די אמעריקאנע פארגעשריטענע פראגראמען אין די פענטעגאן וועט זיי נאכפאלגן אויף טריט און שריט.