צוויי מיסלס פון מדינת ישראל האבן געלאנדעט הארט נעבן דעם דמשק לופטפעלד, צילנדיג צו אטאקירן אן איראנער מאגאזין, לויט א באריכט פון די סירישע רעגירונג קאנטראלירטע מידיע.
דער פירער פון די סירישע מענטשן רעכט גרופע ראמי עבד אל ראכאמאן, האט געזאגט פאר פראנצויזישע נייעס קוועלער, אז די איזראעלישע מיסלס האבן געצילט אין איראנער וואפן מאגאזינען נעבן דעם דמשק לופטפעלד, און האט נישט געברענגט קיין גרויסע אויפרייסן, טראץ וואס די מאגאזינען זענען געווען פיל מיט אויפרייס מאטעריאל.
אזוי אויך האט ער באמערקט אז די סירישע פארטיידיגונג סיסטעם איז אדורכגעפאלן און נישט געקענט אראפווארפן גענוג צייטליך די מיסלס וואס האבן אריינגעדרינגען אין איר טעריטאריע.
דאס קומט א חודש נאכדעם וואס מדינת ישראל האט באמבאדירט דעם אה-דבעה לופטפעלד אין דעם סירישן שטאט כאמס, וואס האט געדינט אלס א חיזבאללא באזע אין סיריע, וואו עס זענען אומגעקומען 21 מענטשן, צווישן זיי 9 איראנע בירגער. לויט א באריכט זענען געקומען צו פליען פיר מיסלס אראפ פון מיליטערישע F-35 פליגער צום לופטפעלד, און אנגעמאכט א גרויסער פייער.
א באזונדערע באמבארדירונג איז פארגעקומען פארגאנגענעם וואך אויף א אסאד מיליטערישער באזע אין סיריע, וואס פארשידענע באריכטן האבן באשולדיגט אז די פאראייניגטע שטאטן שטייט אונטער די אטאקע. אומבאצייכנטע פליגער האבן אטאקירט די שייאטישע קעמפער, און 52 פון זיי – דאס מערהייט איראקער – זענען אומגעקומען אויפן ארט. שפעטער האט אן אמעריקאנער באאמטער געזאגט פאר סי. ען. ען. אז די אטאקע איז אדורכגעפירט געווארן דורך מדינת ישראל, און נישט דורך אמעריקע.
אנהייב פון חודש מאי למספרם האט די איזראעלישע עיר פארס אדורכגעפירט די גרעסטע באמבארדירונג אין סיריע זינט יארע 1974, ווען זיי האבן אלס א נקמה פאר די 20 פאדזשער 5 ראקעטן וואס זענען געקומען צו פליען פון סיריע קיין עזה דורך די קודס קעמפער פון די איראנע רעוואלאציאנערישע גווארדיע. רוב פון די ראקעטן זענען געפאלן אין סיריע זעלבסט, און פיר דערפון זענען אראפגעברענגט געווארן דורך די מדינת ישראל פארטיידיגונג סיסטעם ביים צפון גרעניץ.
לויט מדינת ישראל טוט איראן אויפשטעלן פילע באזעס אין סיריע איר צו קענען אטאקירן. פאר צוויי וואכן צוריק האט דער סירישער דיקטאטור באשאר אסאד געזאגט אז עס איז נישטא קיין איראנע באזעס אין סיריע, אבער ער וועט נישט קווענקלען זיי צו געבן ערלויבעניש פאר אזעלכע באזעס, אויב וועט זיך דאס אויספעלן. ער האט צוגעלייגט אז חיזבאללא וועט פארבלייבן אין סיריע ווילאנג די קאמפן גייען אן. דערויף האט דער מדינת ישראל פרעמיער נתינהו געסטראשעט אז דערמיט “טוט נישט אסאד מער פארזיכערן זיין לאנג”.