טשיקאווע נייעס

אמעריקאנער רעדן נישט קיין ענגליש

קאליפארניע – נאענט צו העלפט פון אלע איינוואוינער אין אמעריקע’ס פינף גרעסטע סיטיס, רעדן נישט קיין ענגליש אינדערהיים, נאר אנשטאט רעדן זיי די שפראך פונעם לאנד פון וואו זיי שטאמען.

דער אינטערעסאנטער סטאטיסטיק קומט פון א באריכט וואס אימיגראציע עקספערטן האבן צוזאמגעשטעלט, נעמענדיג די אינפארמאציע פון ציפערן פונעם פעדעראלן צענזוס ביורא.

אלעס אינאיינעם זענען פארהאן אצינד אזויפיל ווי 67 מיליאן אמעריקאנער בירגער, וועלכע רעדן נישט קיין ענגליש אינדערהיים, וואס איז טאפלט פון וויפיל עס איז געווען מיט 27 יאר צוריק, און האלט אצינד ביי א רעקארד הויכקייט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.