וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג איז נעכטן געגאנגען א טריט ווייטער, אין זייער אונטערגענומענעם קאמף קעגן עלעקטראנישע ציגארעטלעך, ווען עס איז געמאלדן געווארן, אז די עף-די-עי וועט לאזן אין גאנג א נאציאנאלן “עדזשוקעישאן” קאמפיין אין שולעס איבער’ן לאנד, אויפצוקלערן קינדער איבער’ן געפאר פון די סארט ציגארעטלעך, אפילו אזעלכע וואס זעען אויס ציענד און קומען אין געשמאקע פלעיווארס.
דער קאמפיין וועט אפקאסטן זעכציג מיליאן דאלער, און די עף-די-עי זאגט אז זי וועט דאס דעקן פון די פארשידענע שטראף געלטער און צאלונגען וואס אלגעמיינע טאבאקא פירמעס צאלן אריין פאר דער פעדעראלער רעגירונג.