ווען מיר זענען געווען קינדער האָבן אונזערע מלמדים און מחנכים כסדר גערעדט צו אונז איבער דעם שרעקליכן זינד פון חילול ה’ — ווען אַ איד פירט זיך נישט אויף אָרנטליך און פאַרשעמט דערמיט דעם אויבערשטנ’ס נאָמען. זיי האָבן אונז אויך געמוטיגט צו מאַכן אַ קידוש ה’, אַז אַלע זאָלן זען ווי איידל און ליכטיג השי”ת’ס אויסדערוועלט פאָלק איז.
אָבער לעצטנס הערן מיר כסדר פון אַזוינע אויפגעקלערטע אַז אונזערע מלמדים האָבן געמאַכט אַ טעות.
חילול השם מיינט נישט דאָס, נאָר גאָר עפּעס אַנדערש… ס’איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע פראַזע וואָס מען הערט פון מענטשן וועלכע פירן זיך אויף אומאָרנטליך, “גיי קוק נאָך דאָרט און דאָרט, וועסטו זען אַז דו ווייסט נישט וואָס חילול השם מיינט.”
לאָמיר נאָר אַריינקוקן אין דער גמרא אין מסכת יומא (פו ע”א), וואָס איז דער מקור פאַר דיני חילול ה’. חז”ל לערנען אונז דאָרט: “היכי דמי חילול ה’ … מי שקורא ושונה ומשמש תלמידי חכמים ואין משאו ומתנו באמונה, ואין דבורו בנחת עם הבריות, מה הבריות אומרות עליו — אוי לו לפלוני שלמד תורה, אוי לו לאביו שלמדו תורה, אוי לו לרבו שלמדו תורה, פלוני שלמד תורה — ראו כמה מקולקלין מעשיו וכמה מכוערין דרכיו! ועליו הכתוב אומר (יחזקאל לו) באמר להם עם ה’ אלה ומארצו יצאו.”
דאָס איז אַן אָפענע גמרא שוואַרץ-אויף-ווייס!
אַ פרומער איד וואָס לערנט תורה, און פירט זיך נישט אויף ערליך, אויף אים זאָגן מענטשן: וויי איז פאַר דעם מענטש וואָס לערנט תורה, וויי איז פאַר זיין פאָטער און פאַר זיין רבי וועלכע האָבן אים געלערנט תורה. זעט נאָר ווי פאַרדאָרבן און אָפּשטויסנדיג זיינע מעשים זענען. די סעקונדע דער נישט-איד זאָגט “כמה מקולקלין מעשיו” איז עס אַ חילול ה’, וואס אויף דעם זאָגן חז”ל אַז ס’העלפט נישט קיין תשובה, און בלויז מיתה איז דערויף מכפּר, (רח”ל).
חז”ל זאָגן אונז גאָר האַרבע זאַכן איבער דער עבירה פון חילול ה’, ווי למשל, “מוטב שתעקר אות אחת מן התורה ואל יתחלל שם שמים בפרהסיא” — ס’איז ענדערש אויסצומעקן אַן אות פון דער תורה ווי צו מאַכן אַ חילול ה’ בפרהסיא; “אחד שוגג ואחד מזיד בחילול השם” — ביי חילול השם ווערט מען געשטראָפט אפילו אויב מ’האָט עובר געווען בשוגג; חי’ רעה באה לעולם על שבועת שוא ועל חילול השם, א”נ.
אוודאי און אוודאי ווען ס’קומט צו תורה און מצוות, דאַרף מען זיך מוסר נפש זיין, און נישט קוקן אויף גאָרנישט. אַזוי האָבן אונז רבותינו אשר מפּיהם אנו חיים אונז געלערנט במשך פון אַלע דורות, ספּעציעל אין גלות אַמעריקע, ווען מען האָט נאָכגעשריגן ערליכע אידן אַז זיי מאַכן אַ חילול ה’, ווייל זיי דרייען זיך אויף די גאַסן אין די “אַלטמאָדישע אייראָפּעאישע קליידער”.
אָבער ווי לעכערליך איז אַרויסצונעמען פון דעם אַ היתר פאַר חילול ה’, רח”ל. ס’קען נישט זיין קיין גרעסערער סילוף פון דברי אלוקים חיים.
*
אַלע פון אונז האָבן געהערט די מעשה פון דעם גרויסן תנא, שמעון בן שטח, וואָס ווערט געברענגט אין מדרש און תלמוד ירושלמי:
רבי שמעון בן שטח האָט געהאַנדלט מיט פלאַקס כדי צו ציען חיונה, וואָס ער האָט געדאַרפט אַרומשלעפּן און ס’האָט אים געקאָסט אַסאַך צייט און כח, האָבן אים זיינע תלמידים געזאָגט, “רבי, פאַרוואָס זאָלסטו זיך אַזוי מוטשען? מיר וועלן דיר קויפן אַן אייזל און וועסט מער נישט דאַרפן אַרבעטן שווער.”
וכך הוה, די תלמידים האָבן געקויפט אַן אייזל פון אַן אַראַבער, אויפ’ן וועג צו זייער רבי’ן האָבן די תלמידים געטראָפן אַ טייערן בריליאַנט-שטיין הענגען אויפ’ן האַלז פונעם אייזל. זיי האָבן זיך זייער דערפרייט, און אָנקומענדיג צום תנא האָבן זיי אים געזאגט: “רבי, ברכת ה’ היא תעשיר, פון יעצט און ווייטער וועט דער רבי קענען זיצן און לערנען, און זיך מער נישט דאַרפן מוטשען אויף פּרנסה.”
האָט ר’ שמעון בן שטח זיי געפרעגט, “און דער אַראַבער ווייסט דערפון?”
האָבן זיי געענטפערט, “ניין.”
“אויב אַזוי,” האָט דער תנא זיי געזאָגט, “קערט עס צוריק צו אים. איך האָב געקויפט אַן אייזל, נישט אַ בריליאַנט-שטיין.”
ווען די תלמידים האָבן אומגעקערט דעם שטיין האָט דער גוי, דער געצנדינער, זיך אָנגערופן, “געבענטשט איז דער ג-ט פון שמעון בן שטח.”
די תלמידים האָבן זיך געוואונדערט אויף דער הנהגה פון זייער רבי’ן ווייל לויט דער הלכה דאַרף מען נישט צוריקגעבן קיין אבידה פאַר אַן עובד כוכבים. אָבער דער ירושלמי איז מסביר: “צי האָט דען פאַר ר’ שמעון בן שטח אינטערעסירט עשירות? ר’ שמעון בן שטח האָט געזאָגט, “ס’איז מיר ליבערשט צו הערן אַ גוי זאָגן ‘געבענטשט איז דער באַשעפער פון די אידן’, ווי אַלע געלטער פון דער וועלט. (אין דעם לשון פון דעם ירושלמי: “בעי הוה שמעון בן שטח משמע בריך אלההון דיהודאי מאגר כל הדין עלמא.”)
איר הערט ווערטער? ע”פּ הלכה האָט ער געמעגט האַלטן דאָס געלט; ער וואָלט זיך באַפרייט פון דעם עול הפּרנסה. “ותלמוד תורה כנגד כולם” זאָגן חז”ל. דער הייליגער תנא וואלט געקענט באופן המותר אויפהערן אַרבעטן און זיך זעצן אין כולל לערנען אַ גאַנצן טאָג מתוך הרחבת הדעת. און ער האָט מוותר געווען אויף דעם, נישט פאַר אַ הלכה אָדער אַ מצוה, נאָר פּשוט לפנים משורת הדין, אז אַן אַראַבער, אַ געצנדינער, זאל זאָגן, “געלויבט איז דער ג-ט פון די אידן!”
דער רמב”ם אין הלכות גזילה ואבידה פּסק’עט זייער קלאָר:
“אבידת עובד כוכבים מותרת שנאמר אבידת אחיך והמחזירה הרי זה עובר עבירה מפני שהוא מחזיק יד רשעי עולם. ואם החזירה לקדש את השם כדי שיפארו את ישראל וידעו שהם בעלי אמונה הרי זה משובח. ובמקום שיש חילול השם אבידתו אסורה וחייב להחזירה.”
די אבידה פון אַ געצן-דינער איז מותר און מען טאָר עס נישט צוריקגעבן, אָבער אויב גיט אַ איד צוריק אַן אבידה “כדי צו מאַכן אַ קידוש השם” “אַז אַלע זאָלן אויסרימען די אידן און וויסן אַז זיי זענען בעלי אמונה הרי זה משובח.”
פון דער אַנדערער זייט, פירט דער רמב”ם אויס, “אין אַ פּלאַץ וואו האַלטן די אבידה פונעם גוי וועט פירן צו אַ חילול השם איז אסור עס צו האַלטן און מען איז מחוייב דאָס צוריקצוגעבן.”
דער רמב”ם זאָגט זייער קלאָר: לקדש את השם כדי שיפארו את ישראל — ווען מען איז משבח אידן איז דאָס אַ קידוש ה’, און דאָס פאַרקערטע פון דעם איז אַ חילול ה’.
(אגב, לויט’ן מאירי גייט דער איסור קעגן אומקערן אַן אבידה אַרויף דווקא אויף געצנדינער: “עובדי האלילים וכיוצא בהם מבעלי האמונות הקדומות אף על פי שהוזהרנו בגזילתם ובגניבתם ובכל מיני רמאות הבאים מצדנו אין אנו מצווים בחזרת אבדתם כלל” — אָבער דער מאירי פירט אויס אַז דאָס איז דווקא — “במקום שאין שם חילול השם.” אין פאַל פון אַ חילול ה’ דאַרף מען צוריקגעבן אפילו פאַר אַ געצנדינער.)
*
ווען אַ איד קויפט איין אַ פּראָדוקט אין אַ געשעפט מיט’ן פּלאַן עס צו ניצן און צוריקגעבן בעפאָר דעם ריטוירן דעיט, איז עס אַ חילול ה’.
מיר רעדן שוין אפילו נישט פון דעם וואָס דאָס איז בהחלט אסור ע”פּ הלכה דאָס צו טאָן, ווי אַלע פּוסקים זאָגן זייער קלאָר. בלויז לעצטנס איז געדרוקט געוואָרן אַ פּסק פון הרה”ג רבי נחום צבי מאיר ראָזנפעלד שליט”א, מו”ץ בשיכון סקווירא. בתוך הדברים זאָגט ער: “אויב מען ווייסט אויף זיכער אַז מען וועט עס צוריקגעבן ביז דרייסיג טעג איז עס אסור צוליב ‘אונאה’ און ‘גניבת דעת’, ווייל יענער וואָלט זיכער נישט מסכים געווען אַז מען זאָל עס קויפן מיט’ן חשבון צוריקצוגעבן, און דאָס איז אסור אויך ביי אַ נישט-אידישן געשעפט, וואָס איז נישט מסכים אַז מען זאָל עס קענען צוריקברענגען סתם אַזוי, נישט ווייל מען איז נישט צופרידן, און אַסאַך מאָל איז עס נאָך האַרבער צוליב חילול ה’.”
דער רמב”ם אין הלכות יסודי התורה פּרק ה’ גיט צוויי גדרים וואָס ס’גייט אַריין אין דער קאַטעגאָריע פון חילול ה’; ווען אַ איד טוט אַן עבירה בשאט נפש, להכעיס, און… ווען אַן אדם גדול בתורה פירט זיך אויף נישט אָרנטליך און פירט דערצו אַז מענטשן זאָלן זאָגן “אָט אַזוי קוקן אויס די וואָס גלייבן אינעם אויבערשטן און אַזוי פירן זיי זיך אויף,” (רח”ל).
לויט די פּוסקים גייט אין דעם גדר אַריין יעדער פרומער איד, ווייל אין די אויגן פונעם גוי און פונעם פרייען איד רעפּרעזענטירט ער, כביכול, דעם רבונו של עולם, און ווען ער פירט זיך אויף נישט-ריכטיג פאַרשוועכט ער דעם נאָמען פונעם רבוש”ע. (זיי רופן אונז אַלע “ראַביי” פאַר אַ סיבה…)
אפילו ווען קויפן על מנת צוריקגעבן נאָכ’ן ניצן וואָלט ווען יאָ געווען מותר געווען ע”פּ הלכה — און ס’איז אַבסאָלוט נישט מותר — טאָרן מיר עס נישט טאָן, וויבאַלד די גוים זעען דאָס און קוקן עס אָן אַזוי שלעכט.
אַ איד מיט אַ פרומער טראַגע, וואָס פירט זיך נישט אויף אָרנטליך, מאַכט אונז אַלעמען אַ שלעכטן נאָמען און פאַרשוועכט דעם נאָמען פונעם אויבערשטן.
דער סמ”ג, איינער פון די לעצטע בעלי התוספות, גיט אונז גאָר אַ שטרענגען אָנזאָג נישט צו פאָפּן און פאַרפירן אַ גוי, אין קיין שום ענין:
כבר דרשתי לגלות ירושלים אשר בספרד ולשאר גלויות אדום, כי עתה שהאריך הגלות יותר מדאי, יש לישראל להבדיל מהבלי העולם, ולאחוז בחותמו של הקב”ה שהוא אמת, ושלא לשקר לא לישראל ולא לגוים ולא להטעותם בשום עניין, ולקדש עצמם אף במותר להם, שנאמר (צפניה ג, יג) שארית ישראל לא יעשו עולה ולא ידברו כזב ולא ימצא בפיהם לשון תרמית וכשיבא הקב”ה להושיעם יאמרו הגוים בדין עשה כי הם אנשי אמת ותורת אמת בפיהם אבל אם יתנהגו עם הגוים ברמאות יאמרו ראו מה עשה הקב”ה שבחר לחלקו גנבים ורמאים ועוד כתוב (הושע ב, כה) וזרעתיה לי בארץ, כלום זורע אדם כור אחד אלא למצוא כמה כורים, כך זורע הקב”ה [את] ישראל בארצות כדי שיתוספו עליהם גרים, (פסחים פז, ב) וכל זמן שהם מתנהגים בהן ברמאות מי ידבק בהם. והרי הקפיד הקב”ה על גזל הרשעים שנאמר ותמלא הארץ חמס.
*
אַ חרדי’שער איד, אַ בעל תשובה, האָט אַמאָל געשריבן אין אַן אַרטיקל, אַז זינט ער איז געוואָרן אַ פרומער איד איז ער מער נזהר אין זיך אויפפירן אויף אַ וועג וואָס מאַכט אַ קידוש ה’, און נישט פאַרקערט, ווייל יעצט אַז ער גייט געקליידעט פרום, מיט באָרד און פּיאות, קוקט מען אויף אים מיט אַנדערע בליקן. ווען אַ גוי וואַרפט אַרויס שמוץ פונעם קאַר אויף דער גאַס איז ער אַן אוממענטש און האָט געמאַכט “ליטערינג”, אָבער ווען אַ איד טוט די זעלבע זאַך איז די רעאַקציע, “כמה מקולקלים…” און דאָס זעלבע איז אמת יעדעס מאָל וואָס אַ איד טוט עפּעס וואָס איז נישט ריכטיג. יעדער איד איז אַ פאָרשטייער פון כלל ישראל, ווי מען זאָגט נאָך פון גדולים, “ישראל גוי אחד”.
אין חז”ל טרעפן מיר קלאָרע ווערטער ווי זיך צו פירן צווישן אַנדערע (יומא פו.): “ואהבת את ה’ אלוקיך, שיהא שם שמים מתאהב על ידיך, שיהא אדם קורא ושונה… ודבורו בנחת עם הבריות, ומקחו ומתנו בשוק נאה, ונושא ונותן באמונה, מה הבריות אומרים?… אשרי פלוני שלמד תורה, אשרי אביו שלמדו תורה, אשרי רבו שלמדו תורה!”
איז לאָמיר זיך טאַקע אַלע אַזוי פירן. מיר אידן, מדקדקים במצוות, צאָלן דורכ’ן יאר הונדערטער דאָלאַר פאַר הידור מצוה, און שווערע טויזנטערס פאַר אַ מצוה אליין. און דאָ מאַכן זיך נסיונות, וואָס בסך הכל רעדט זיך עס פון שפּאָרן עטליכע דאָלאַר אָדער עטליכע מינוט. צי לוינט זיך פאַרדעם עובר צו זיין אויף האַרבע עבירות ר”ל? מיר קומען נישט מקטרג זיין ח”ו, נאר פּשוט מעורר זיין דעם ציבור צו טראַכטן.
ויהי רצון שיהא שם שמים יתאהב על ידינו ועל ידי זרענו, אמן.
עס איז זייער ריכטיג וואס דו שרייבסט. נאר מען דארף זיך היטן, אז מען זאל נישט זיין אזוי אריינגעטון אין דעם חלק פון קידוש השם, אז עס זאל ח”ו ברענגען אז מען אנהייבן צו פארנאכלעסיגן אין מצוות און מעשים טובים און אפילו אין חומרות, ווייל עס געפעלט נישט פארן גוי. עס דארף פשוט זיין באלאנסירט די עדיוקעישאן פון דעם עולם אין די נושא פון קידוש השם און חילול ה’, דהיינו אז מען זאל לערנען גענוג ביידע חלקים, סיי די אויפפירונג ומשאו ומתנו עם הבריות, און סיי אז ווען א איד איז זיך מוסר נפש פאר יעדן קוצו של יוד אין זיין דת איז דאס קידוש השם, אפילו אויב דער גוי קריצט מיט די ציין דערויף, ווייל ער פארשטייט דאס נישט אדער ער וויל דאס נישט פארשטיין.