בס”ד
ס’טוט זיך יעצט אַ שטורעם אין אַמעריקע אַרום דעם וואָס דער דעמאָקראַטיש-קאָנטראָלירטער רעפּרעזענטאַטן הויז האָט אונטערגענומען (סימבאָלישע) צו פּרובירן אַרויסצושטעלן פון אַמט דעם אַמטירנדן פּרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַטן, דאָנעלד טראָמפּ.
מיט עטליכע וואָכן צוריק האָט איינער פון די גדולי ראשי ישיבות אין דער ליטווישער וועלט, הרה”ג ר’ אלי-הו ברודני שליט”א, ראש ישיבת מיר אין פלעטבוש, אָנגעוויזן אין אַ שמועס אַז דריי פון די הויפּט אָנפירער פון דער גאַנצער סומאַטאָכע קעגן דעם פּרעזידענט זענען דווקא מזרע ישראל, אַזעלכע וואָס פאַררופן זיך צו זיין אידן מיט אידישע נעמען. (אגב, נאָך עטליכע פון די וויכטיגסטע אַקטיאָרן אין דעם אַזויגערופענעם אימפּיטשמענט פּראָצעס זענען מזרע ישראל, דערונטער דער אַדוואָקאַט וועמען די דעמאָקראַטן האָבן אויפגענומען צו אָנפירן די “אויספאָרשונג” אויפ’ן פּרעזידענט.)
דער ראש ישיבה האָט זיך שטאַרק מתמרמר געווען דערויף און אָנגעוויזן אַז אַזעלכע פּעולות מצד מענטשן וועלכע פאַררופן זיך אַ טייל פון אידישן פאָלק, אין אַ צייט ווען מיר זענען אין גלות, ברענגט אָן אַ שרעקליכער אַנטיסעמיטיזם, ווי מען האָט טאַקע געזען אַז אַ געוויסער רעליגיעזער פירער, וועלכער פאַרמאָגט איבער דריי מיליאָן נאָכפאָלגערס, האָט אַטאַקירט דאָס “אידישע פאָלק”, אין אַלגעמיין אַז זיי ווילן אונטערברענגען אַמעריקע. דאָס אַלעס קומט אַלס רעזולטאַט פון אַזעלכע אומ’אחריות’דיגע מעשים.
“מיר דאַרפן זיך אַלע אָפּלערנען פון דעם,” האָט דער ראש ישיבה געזאָגט, “און מיר דאַרפן געדענקען אַז מיר זענען אין גלות. מיר דאַרפן זיין דאַנקבאַר פאר אַמעריקע אַז זי האָט אונז דאָ אַריינגעלאָזט, אַז זי וואַרפט אונז נישט אַרויס פון דאָ.”
“אונזער אָרט איז אין ארץ הקודש,” האָט דער ראש ישיבה ממשיך געווען, “אָבער מפּני חטאינו גלינו מארצינו — נישט נאָר צוויי טויזנט יאָר צוריק, נאר היינט, לעצטן סוכות ווען מיר האָבן געזאָגט מפּני חטאינו גלינו מארצינו האָבן מיר גערעדט פונעם היינטיגן טאָג. דערפאַר זענען מיר היינט אין גלות. צי געדענקען מיר אַז מיר זענען אין גלות, צי פירן מיר זיך אויף ווי גלות אידן?”
דער ראש ישיבה האָט אַרויסגעברענגט מיט ווייטאָג אַז ליידער די דאָזיגע אידן ווייסן אפילו נישט וואָס עס מיינט צו זיין אַ איד, און דערפאַר פאַרשטייען זיי נישט דאָס אחריות וואָס זיי טראָגן צוליב דעם. אָבער מיר ווייסן דאָך יאָ, מיר זאָגן דאָך מפּני חטאינו, איז, מאויבי תחכמני, מיר דאַרפן זיך לערנען פון די וועלכע זענען ליידער נישט שומרי תורה ומצוות, וויאַזוי זיך ‘נישט’ אויפצופירן.
די ווערטער פון איינעם פון די גדולי ראשי ישיבות, זענען געקומען כמים קרים על נפש עייפה, אין דער ריכטיגער צייט פאַר כלל ישראל בכל מקומות שהן.
*
מיר לערנען אין די יעצטיגע סדרות ווי יעקב אבינו האָט אָנגעזאָגט פאַר זיינע קינדער, למה תתראו, פאַרוואָס זאָלט איר זיך ווייזן פאר די גוים. אָט די הוראה פון למה תתראו האָבן אידן אין גלות אַלעמאָל געדענקט זייער גוט, און איינגעהאַלטן מיט אַלע חומרות; מען האָט געוואוסט אַז מיר לעבן ביי די פעלקער, אויף זייערע חסדים; מען האָט נישט געזוכט צו ווייזן וואָס מיר האָבן און וויפיל מיר האָבן. אפילו ווען מען האָט געהאַט האָט מען עס ע”פּ רוב באַהאַלטן, טאַקע ווייל מען האָט נישט געוואָלט אויפרייצן די גוים.
מען פאַרציילט אויף דעם הייליגן צאַנזער רב זי”ע, אַז ער איז אַמאָל געפארן ערגעץ אינטערוועגנס אויף אַ שיינעם וואָגן, געשפּאַנט צו צוויי קרעפטיגע פערד; אַן אָרעם גוי’איש יונגל, באָרוועס און מיט צעריסענע קליידער, האָט געזען אַ איד פאָרן אויף אַזאַ שיינעם וואָגן, האָט ער נאָכגעוואָרפן אַפּאָר שטיינער, האָט דער גבאי געוואָלט אַראָפּגיין מקיים פּסק זיין מיט דעם יונגל, אָבער דער צאַנזער רב האָט אים נישט געלאָזט זאָגנדיג: וואַרט נאָר, באַלד וועט משיח קומען וועט ער פאָרן אויף אַ שיינעם וואָגן און מיר וועלן זיך אַרומדרייען באָרוועס מיט צעריסענע קליידער און אויף אים וואַרפן שטיינער…
אַזוי האָט דער צאַנזער רב, מיט אַ ווערטל, דערמאַנט דעם גבאי’ן אַז מיר זענען אין גלות ביי אים, און אַז ער איז אַזוי אָרעם און אָפּגעריסן, זאָל ער כאָטש האָבן די הנאה פון אויף אונז וואַרפן אַפּאָר שטיינער.
דאָס איז אַלעמאָל געווען די מענטאַליטעט פון דעם גלות איד; איך בין נישט אינדערהיים, איך קען נישט טאָן וואָס איך וויל, אפילו אויב דאָס לאַנד וואו איך וואוין איז גוט צו מיר און גיבט מיר דאָס געפיל אַז איך בין אייניג מיט יעדן. אידישע קינדער זענען אַן עם נבון וחכם, מיר טאָרן זיך נישט לאָזן פאַרפירן פון אויסערליכן רייץ און זיך איינרעדן אַז מיר זענען ביי זיך אינדערהיים.
*
אָבער מיר דאַרפן זיך אָפּשטעלן אויף די ווערטער פון דעם ראש ישיבה און זיך מתבונן זיין; אויב דאַרפן מיר זיין באַזאָרגט איבער אַזעלכע אַקטיוויטעטן פון קאָנגרעסלייט און סענאַטאָרן מזרע ישראל, איז דאָך עס על אחת כמה וכמה ווען ס’קומט צו אונז אידן שומרי תורה ומצוות, אַז מיר דאַרפן זיך אויפפירן ווי גלות-אידן.
מען דאַרף קיינעם נישט זאָגן אַז דער יעצטיגער פּרעזידענט איז אַ אידן-פריינד, און ער נעמט די אַטאַקעס פון מענטשן מזרע ישראל זייער פּערזענליך. ס’איז באמת אַ שיינע זאַך אַז חרדי’שע אידן טוען וואָס זיי קענען צו לינדערן דעם חרון-אף און ווייזן אַרויס פאַר דעם פּרעזידענט הכרת הטוב. דער פּראָבלעם איז אַז מענטשן ווייסן נישט ווי איין און ווי אויס און זיי מאַכן דעם פּראָבלעם סאַך גרעסער.
רוב מנין ורוב בנין פון ערליכע אידן אין אַמעריקע וואוינען אין שטאַטן וועלכע זענען אונטער קאָנטראָל פון דער אָפּאָזיציע פּאַרטיי, די דעמאָקראַטן; די גוים צווישן וועלכע מיר וואוינען האַלטן אַן אויג אויף אונז און קוקן אונז כסדר נאָך מיט קרומע בליקן. נאָר צוליב אונזער אויסערליכן אויסזען זענען מיר שוין פאַרדעכטיגט ביי זיי, און זיי זוכן כסדר חסרונות אויף אונז, און עס איז אמת אַז זיי האָבן אונז סייווי נישט ליב; די הלכה בידוע גייט אָן אויף יעדן איינציגסטן גוי. אָבער מיר דאַרפן זיך נישט וואַרפן ביי זיי אין די אויגן און זיי געבן פרישע סיבות אויף אַ גאָלדענעם טאַץ.
יאָ, רוב פרומע אידן האָבן געשטימט פאר טראָמפּ, יעדער פאַר זיינע סיבות, און מיר האָבן דאָס רעכט צו וועלן פאַר די וועמען מיר האַלטן אַז זיי זענען גינסטיג צו אונזערע באַדערפענישן.
אָבער גלייכצייטיג דאַרפן מיר געדענקען אַז די אַרומיגע גוים ווייסן דערפון, זיי רעדן אָפן דערפון, און עס שמעקט זיי נישט, און דערפאַר איז וויכטיג צו געדענקען אַז כאָטש מיר מעגן אויסניצן אונזערע שטים-רעכטן וואָס דער באַשעפער האָט אונז געגעבן, ברוב טובו וחסדו, דאַרפן מיר זיין באַשיידן און זיך נישט רייצן איבער דעם מיט די גוי’אישע שכנים, צי דאָס איז אויף די עפענטליכע מידיע קאַנאַלן אָדער אויף אַנדערע אופנים.
*
דער אויבערשטער מיט זיין גרויס גענאַדע, האָט אונז לעצטנס געשיקט פּאָליטישע פאַרטרעטערס, וועלכע נעמען זיך אָן פאַר אונזערע רעכטן, די ריכטיגע שליחים צו באַקעמפן אַנטיסעמיטיזם; די אטוירניס דזשענעראַל פון ניו יאָרק און ניו דזשוירזי האָבן זיך אַרויסגעשטעלט קעגן שונאי ישראל מיט אַ שטאַרקער האַנט (זייענדיג אַליין מינאָריטעטן זענען זיי סענסיטיוו צו אונזערע ליידן). דער גאָווערנאָר פון ניו דזשוירזי האָט לעצטנס געהאַלטן אַ רעדע אין וועלכער ער האָט אָן מורא געטייטלט מיט די פינגער אויף די קעגנערס פון די חרדי’שע ישובים אין ניו יאָרק און ניו דזשוירזי און זיי באַצייכנט אַלס אַנטיסעמיטן. דער גאָווערנאָר פון ניו יאָרק האָט וועטאָאירט עטליכע געזעצן וועלכע די לעגיסלאַטור האָט פּרובירט דורכצופירן קעגן חרדי’שע געגנטער. דער מעיאָר פון ניו יאָרק האָט גענומען עטליכע אומפּאָפּולערע שטעלונגען לטובת אונזער געמיינדע, וועלכע האָבן אים געקאָסט אַ פּאָליטישן פּרייז.
דאָס איז די ברכה פון ה’ ילחם לכם, דורך זיינע שליחים, ואתם תחרישון.
וואָס ס’פאַראייניגט די פינף פּאָליטיקאַנטן איז אַז זיי באַלאַנגען אַלע צו דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי; זיי זענען נאָבעלע מענטשן און דעריבער פאַרקוקן זיי אויף די העצערישע סטעיטמענטס וועלכע קומען אַרויס פון געוויסע אין דער חרדי’שער געמיינדע, אָבער צום באַדויערן זענען רוב פּאָליטיקאַנטן נישט אַזוי — די לעגיסלאַטור קעגן וועלכער גאָווערנאָר קאָומאָ האָט זיך אַרויסגעשטעלט ווערט קאָנטראָלירט דורך זיין אייגענער פּאַרטיי.
עסקנים וועלכע דרייען זיך אין די פּאָליטישע קאָרידאָרן פון אָלבאַני רעדן איבער מורמלערייען צווישן די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פירערס וועלכע ווערן כסדר העכער, איבער’ן פאַקט אַז מיר חרדי’שע אידן אַגיטירן קעגן זיי — און מען רעדט פון אַ פּאַרטיי וואָס וועט ע”פּ דרך הטבע קאָנטראָלירן די סטעיטס וואו רוב חרדי’שע אידן וואוינען (ניו יאָרק, ניו דזשוירזי, קאַליפאָרניע און אילינאָי) פאַר נאָך פילע יאָרן.
ס’איז זייער נאָבל און זייער אידישליך אַרויסצואווייזן גלות-אונטערטעניגקייט און ספּעציעל הכרת הטוב פאַר אַ פּרעזידענט וועלכער איז גוט צו אונז, אָבער ביל קלינטאָן איז געווען אַ שטאַרקער אוהב ישראל, און פאַר וועלכער סיבה האָבן מיר עפּעס פאַרגעסן אַז מיר זענען אין גלות, און געווען כפויי טובה צו אים, און ספּעציעל צו זיין פרוי וואָס אַלס סענאַטאָר האָבן חרדי’שע אידן געהאַט אַן אָפענע טיר אין איר אָפיס — דאָרט האָבן מיר פאַרגעסן אַלעס וואָס די קלינטאָנס האָבן געטאָן, און וויאַזוי איר מאַן האָט אַרויסגעלאָזט חרדי’שע אידן פון תפיסה.
אינעם וואַל-טאָג, אין 016′ זענען אַרומגעפאָרן קאַרס און טראָקס אין די חרדי’שע געגנטער, שטאַרקע קלינטאָן באַזעס, און מיט גרויסע לאַוד ספּיקערס פּראָקלאַמירט אונזער שטיצע פאַר דאָנעלד טראָמפּ.
רוב חרדי’שע אידן האָבן באַשלאָסן צו שטימען פאַר טראָמפּ. דאָס איז געווען זייער באַשלוס. שטים פאַר וועמען דו ווילסט, אָבער וואָס פּשט זיך אַרויסצוגיין רייצן?!
אין די אָפיסעס פון יו-דזשעי-אָו אין וויליאַמסבורג איז במשך יענעם דינסטאָג אַריינגעקומען רופן פון דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פירערס; זיי זענען געווען אין אַ בהלה: וואָס טוט איר דאָ צו אונז? קלינטאָן איז דאָך געווען אייער סענאַטאָר און אייך שטענדיג געהאָלפן? וואָס איז געשען מיט אייך? די בזיונות זענען געווען עד לב השמים.
מיר דאַרפן דאַנקען דעם אויבערשטן אַז ער האָט אונז געגעבן אַ גוטער פריינד אין ווייסן הויז, וועלכער אַנערקענט אַז די ריכטיגע אידן זענען דווקא די מיט די בערד און פּיאות, דאַרפן מיר אָבער גלייכצייטיג האַלטן דעם קאָפּ אויפ’ן פּלאַץ און געדענקען אַז ‘מיר’, אַלס אידן, זענען נישט קיינע רעפּובליקאַנער און נישט קיינע דעמאָקראַטן; מיר זענען אידישע קינדער און מיר זענען געטריי דעם לאַנד אין וועלכן מיר וואוינען ווייל דאָס איז אונזער תפקיד אַלס אידן, אָבער נישט ווייל מיר זענען טייל פון אמעריקע.
די פינף אויבנדערמאַנטע באַאַמטע זענען נישט די איינציגסטע וואָס שטעלן זיך אַרויס קעגן אַנטיסעמיטיזם; דער רעפּובליקאַנער אַטוירני דזשענעראַל פונעם גאַנצן לאַנד, איז אַ גרויסער אידן-פריינד, שוין פאַר צענדליגער יאָרן, מיט אַ לאַנגען רעקאָרד פון קעמפן קעגן אַנטיסעמיטישע געזעצן.
איז עס ‘אונזער’ דאגה אַז ווען ס’קומט צו פּאָליטיק, וואָס האָט גאָרנישט מיט אונז, זעט ער נישט שווה בשווה מיט’ן דעמאָקראַטישן אַטוירני דזשענעראַל פון ניו יאָרק וואָס איז אויך אַ אידן-פריינד? אַבסאָלוט ניין! קענען מיר נישט אָנהאַלטן גוטע באַציאונגען מיט ביידן פון זיי? אַבסאָלוט יאָ!
*
איך האָב געהערט אַ ווערטל, אַז אַמאָל פלעגן אידן געבן כבוד פאר די פּאָליטיקאַנטן און דערפאַר האָבן זיי אונז געגעבן געלט; היינט אָבער האָט זיך דאָס געטוישט, מיר געבן זיי געלט און דערפאַר געבן זיי אונז כבוד.
און איך זאָג נישט אַז מען טאָר נישט אַמאָל שאַפן געלט פאַר’ן גוי’אישן פּאָליטיקאַנט, אויב מען זעט אַז דאָס קען בעתיד העלפן אידן, אָבער מיט דעם אַלעם גלייב איך, אַז ווען מען קען אפילו דאָס טאָן בהצנע לכת, וואָלט עס געברענגט מער ברכה און ווייניגער נעגאַטיוויטעט פון אונזערע נישט-אידישע שכנים.
חז”ל זאָגן אין הברכה שורה אלא בדבר הסמוי מן העין, ביי יעדער זאַך, און אוודאי ביי זאַכן וואָס די שתיקה איז יפה להן, ביי זאַכן וועלכע האָבן דירעקט אַ שייכות צו אונזער לעבן צווישן גוים אין גלות, ביי זיי אינדערהיים, ביי זיי אין לאַנד, און מיר ווילן דאָך לעבן בשלום מיט זיי.
טראָמפּ’ס אַכט יאָר אַלס פּרעזידענט וועלן עווענטועל אַריבערגיין. מיר ווילן אַז חרדי’שע אידן זאָלן האָבן אַן אָפענע טיר אינעם ווייסן הויז אפילו נאָכדעם; און אויף דער הווה, ווילן מיר נישט אַז די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי וועלכע קאָנטראָלירט אונזערע לאָקאַלע רעגירונגען זאָל ווערן העסליך צו אונז (שוין אָפּגערעדט פון אונזער חיוב אין גלות.) און אָנפאַנגען באַשטעטיגן געזעצן קעגן חרדי’שע אידן.
למה תתראו, אמר להם יעקב לבניו: בבקשה מכם, היו מצניעים את עצמכם.
שמעון ביזסט 100% גערעכט.
wow געוואלדיג
דעמאקראט, ריפאבליקאן, קלינטאן, טראמפ, דער שרייבער האלט אז מ’קען טאנצן אויף אלע חתונות. אין מיט דעהם צוויי פנים’דיקייט געווונען רעספעקט פון פאליטישנס.
אויך מיינט ער אז די פאליטישנס זענען פשוט אוהבי ישראל. און גארנישט לטובת עצמם.
איך ווארט ביז דער שרייבער וועט זיך אויף וועקן פון שלאף….
ווען דו וואלסט פארשטאנען פון ווי ער קומט וואלסטו אים בעסער פארשטאנען, ער איז שוין היינט צוטאגס זייער ניכטער און קלארער ווי אמאל אין דעם נושא פון פאליטיק. און די נייגעקומענע אין דעם פעלד פון פאליטיק, איז גוט אז זיי זאלן זיך אויסניכטערן פון זייער פאליטישע שכרות, און זיך אנהייבן צו אידענטיפיצירן אלץ אידישע קינדער וואס זענען אין גלות, און די חרדי’שע פאליטיק וועט טראגן א שענערן פנים.
זייער גוט אראפגעברענקט!!
א ניכטערע שטומע אין דעם צעריקטן איינזייטיג – פאליטישן קלימאט ביים היימישן ציבור. הלואי עס זאל דערהערט ווערן.
ווען גייט שמעון ראלניצקי געוואר ווערן אז נישט יעדען קען מען איינרעדן אז ער איז נייטראל אין בכלל נישט איינזייטיג ער איז א אנגעליינטער פון די מידיע און ס’איז בכלל נישט קיין חידוש אז ער איז א ליבעראל
א אכטע דעמאקראט די ראש ישיבה האט געמיינט צו זאגן א אפילו די דעמאקראטישע יודען וואס האלטן פון די אנטיסעמיטן זאלען וואטען פאר טראמפ