אריינפיר: שוין פאר וואכן און מאנאטן ווירבלט און קאכט זיך איבער די גאר וויכטיגע טעמע פון ‘וואקסינען,’ אין ליכט פון די לעצטיגע מיזעלס-אויסברוך. עס טוט זיך טישן און בענק, די העדליינס שטורעמען איבער פרישע מיזעלס אנגעשטעקטע; די העלט דעפארטמענט איז אגרעסיוו, מוסדות ווערן פארשלאסן און עלטערן ווערן באשטראפט מיט הארבע געלט קנסים; ווי שוואמען נאך א רעגן יאווען זיך אין די היימישע גאסן אזויגערופענע-מבינים/טעס באוואפענט מיט לעכערליכע פאבריצירטע שטודיעס און לופטיגע מיינונגען איבער מעדיקל אנגעלעגנהייטן, עס טוט זיך הייסע דעבאטעס, דער שרייט חי וקיים אז ער קען אן אנאנימער דאקטער וואס קען איינער וואס ווערט א דאקטער אין אינדיע, וואס איז קעגן וואקסינען, און רעדט נאר נישט דערפון אויס מורא אז ער וועט נישט באקומען זיין לייסענס, א צווייטער ציטירט זיין שוויגער, וואס פארפירט אז די וואס וואקסינירן נישט זאלן וואוינען אויף ביימער, און זיך איזאלירן אוועק פונעם געזעלשאפט און נישט שטעלן אנדערע אין א סכנה.
טראץ וואס אן איבערוויגנדע מערהייט פון די היימישער ציבור איז וואקסינירט און פארשטייען אז ווען עס קומט צו ‘געזונטהייט’ בייגט מען זיך איין דאס היטל פאר די וועלכע ווערן באגלייט דורך מלאך רפאל, מענטשן וואס זענען געלערנט און פארמאגן יארן ערפארונג אין די מעדיצינישע פעלד, און אויף די חשוב’ע אחריות’דיגע רבנים וועלכע טוען דורך זאכן עפ”י תורה, זענען טראץ דעם דא א געוויסע פראצענט פון היימישע פאמיליעס וואס האבן אויפגעבויעט א גאנצער קעיס קעגן די טעמע פון וואקסינירן, זיי זענען גרייט צו רעדן, צייגן, און פארשפרייטן געשיכטע ביכער, און ממש ביז וויינען צו אייך אז וואקסינירן איז דאס ארגסטע פאר די געזונט.
ווי קאמיש עס הערט זיך איז עס פארט א פאקט אז טראצדעם וואס רוב אנטי-וואקסין אקטיוויסטן ווערן שטום און פארלוירן ווען מען טרעט ארויס פון די וואקסינען טעריטאריע און מען פרובירט כאפן א שמועס איבער אנדערע געזונטהייט טעמעס, די מענטשליכע קערפער, די הארץ, מח, מעדיצין, אדער אנדערע קאמפליקאציעס וואס מאכן זיך, זענען זיי שטארק איבערצייגט אז וואקסינירן איז די גרעסטער שווינדל וואס נאר פארהאן און יעדער – אפילו דער שרייבער פון די שורות – ווערן באצאלט פעטע-בינטלעך קעש פון דראג-פירמעס וועלכע פאבריצירן די וואקסינען.
די צעמישעניש און פאניק קעגן וואקסינען איז זייער שעדליך וויבאלד תמימי לב גלייבן אלעס וואס זיי הערן און ווערן באאיינפלוסט פון די דראמאטישע געשיכטעס וואס ווערן געלופטערט איבער די גאסן. זיי שטורעמען און שימפן, האבן ארויס די גאנצע קארופטירטע סיסטעם פון די דראג פירמעס און באשולדיגן יעדע סארט מעדיצינישע אגענטור אדער ארגאניזאציע אין אונזער געמיינדע, אזוי ווי אידישע מעדיקל צענטערן, די היימישע חברה הצלה ארגענעזאציעס און געטרייע עסקנים לשם שמים אין נעמען שוחד, דערמיט איינשטעלנדיג דאס לעבן פון אנדערע אידן.
מענטשן פארלירן ליידער דעם באוואוסטזיין צו אומקראנטע געשיכטעס, און פארטייבן זיך מיט אומזיסטע קעגנערשאפט צו די אנגענומענע איינפיר פון פאלגן דאקטוירים, אלעס צוליב אגענדעס פון די אנטי-וואקסינען קולט וועלכע פאראורזאכן ליידער א חילול השם און לאנג-טערמיניגע שאדן דורכ’ן שטופן קאנספיראציעס און פאלשע ארגומענטן וועלכע שטעלט זיך נישט אויפן דעת, זוכנדיג פון יעדן ווינקל צו טרעפן אורזאכן פארוואס וואקסינען זענען נישט גוט, טראצדעם וואס מען ווענדט אפ די טענות, איינס נאכן צווייטן.
אין ליכט פון די סומאטוכע האט זיך “אידישער ווינקל” פארבינדן מיט דער בארימטער עסקן ר’ גרשי שלעזינגער הי”ו פון וויליאמסבורג, דער אנפירער פון די ‘פּאַרקעיר העלט נעטווארק’ וועלכע פארמאגט צענטערן אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק, צו הערן מער איבער וואקסינאציעס און מיזעלס.
אידישע ווינקל: א גוטן ר’ גרשון, אדאנק פאר אייער צייט. לאמיר הערן פון אייך, ווילאנג זענט איר שוין באהאוונט אין די נושא פון וואקסינאציעס?
גערשי: א גוט יאר, עס איז א כבוד צו קענען רעדן צו די פאפולערע אידישער ווינקל וועבזייטל. איז לאמיר אייך ענטפערן על ראשון ראשון.
איך בין שוין אין די מעדיקל פעלד פאר יארן, איך פארמאג שוין א מעדיקל צענטער פאר 10 יאר צום גוטן, און מיר אפערירן שוין פאר פינף יאר אלס א ‘סטעיט ארטיקל 28’ צענטער וואס דאס מיינט אז מיר זענען נישט קיין פלאץ ווי עס ארבעטן געווענליכע פריוואטע פראקטיצירער, נאר דאס איז א ספעציעלע לייסענס אזויווי א גרעסערער ‘קאמיונעטי געזונטהייט צענטער’, וואס אדאנק דעם בין איך געווארן מער באהאוונט מיט די טעמע פון וואקסינען, ווייל א גרויסער חלק פון א געזונטהייט צענטער, ספעציעל א ‘קאמיונעטי געזונטהייט צענטער’ געט זיך אפ מיט’ן וואקסינירן קינדער, איינמאל צו 2 מאל, באזירט לויט די פארשידענע גיידליינס.
וויאזוי באהאנדלט איר קליענטן וואס ווילן זיך נישט וואקסינירן?
מיינע קינדער-דאקטוירים זענען געווען אלעמאל זייער קלאר מיט זייער מיינונג אז מענטשן וואס האלטן נישט ביים וואקסינירן זאלן נישט זיין קיין פאציענטן אין אונזערע צענטערן ווייל זיי שטעלן דערמיט איין אנדערע אין א סכנה. איך פערזענליך וואלט קיינמאל נישט גענומען א פאַרקערטע מיינונג איבער א טעמע וועלכע מעדיצינישע פראפעסיאנאלן האבן שטודירט און געלערנט פאר לאנגע יארן, און מיר האבן טאקע אזא פּרינציפ אז דאקטוירים וועמענס פאציענטן נעמען די ריזיקע און וואקסינירן נישט די קינדער, מוזן זיי נישט אקצעפטירן די פאמיליעס.
די דאקטוירים קומען מיט די טענה “אויב האלטן ענק אז מיר זענען נישט גוט, און ווילן נישט אייער טובה, דאן זוכט אן אנדערן דאקטער. דאס איז די גאנג וואס רוב דאקטוירים נעמען.
ווען האט מען אנגעהויבן געבן וואקסינאציעס פאר מיזעלס און ווען האט זיך געגרונדעט א קעגנערשאפט ביים היימישן ציבור?
מען האט אנגעהויבן געבן וואקסינען אין די 960’ער יארן; אין אנפאנג האט מען געגעבן בלויז איין וואקסין, דאן זענען די וואקסינען נאר געווען 90 פראצענט עפעקטיוו, היינט געבט מען 2 מאל, דעריבער איז עס 96 פראצענט עפעקטיוו.
די קעגנערשאפט האט זיך אנגעהויבן ווען א געוויסע פערזענליכקייט ‘וועקפיעלד’ פון לאנדאן איז ארויסגעקומען מיט פאלשע שטודיעס אז וואקסינען קענען ברענגען אויטיזם, עס האט זיך למעשה שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט דא געהאט פריוואטע ביזנעס אינטערעסן און ער האט עס בלויז געטון פאר געלט סיבות.
איז איר זאגט אז די אויטיזם ארגומענט איז א בלויזע אויפגעטראכטע און אומבאגרינדעטע זאך?
שווערע מיליאנען מענטשן נעמען וואקסינאציעס און מען הערט נישט אז מיליאנען מענטשן זאל ווערן דיאגנאזירט מיט ‘אויטיזם’. עס איז דאך באקאנט אז דער דאקטער וועקפיעלד וואס האט דאס פארשפרייט, האט פארלוירן זיין לייסענס צו פראקטיצירן דאקטעריי צוליב וואס מען איז שפעטער געוואויר געווארן אז די גאנצע זאך איז געווען א ליגנט, און דאס אז א דאקטער זאל פארלירן זיין לייסענס איז נישט קיין זאך וואס מען הערט יעדן טאג, דאס וואס ער האט געטון איז געווען א געפערליכע זאך.
אלע דאקטוירים זאגן אז וואקסינען זענען נישט פארבינדן מיט דעם אין קיין שום וועג, און דאס איז פון וואו עס קומט די גאנצע אנטי-וואקסין באוועגונג, פון א דאקטער וואס האט ליגנט געזאגט צוליב זיינע פּריוואטע אינטערעסן און פארלוירן זיין גאנצע דאָקטעריי קאריערע צוליב דעם.
פארוואס איז וויכטיג צו געבן וואקסינען?
וואס איז דא צו זאגן מער, יעדער האלט דאך מיט וואס עס גייט פאר אז מענטשן באקומען מיזעלס, ספעציעל די קראנקע רח”ל, די עלטערע, פרויען אין ספעציעלע אומשטענדן, און אנדערע מיט שוואכע אימיון סיסטעמען. מענטשן שאצן אונטער, די מיזעלס איז זייער געפאַרפול און אסאך היימישע מענטשן זענען שוין האָספיטאָליזירט געווארן אין שווערע צושטאנדן, דער עולם ווייסט נישט גענוג ווייל ווי פארשטענדליך גלייכן נישט מענטשן צו רעדן און דערציילן די זאכן, אבער די וואס ווייסן וועלן אייך אלע צושטימען אז אסאך אסאך מענטשן האבן נעבעך שווער מיטגעמאכט אין די לעצטערע מאנאטן.
יעדער קען אליין נאכקוקן, שווערע טויזענטער מענטשן זענען שוין אוועק פון מיזלס, 1 פון 20 מיזעלס אנגעשטעקטע באקומען נעמאניע, און אנדערע קאמפליקאציעס, דאס קען פירן צו אומקום רח”ל, עס איז א קרענק און מען דארף שטיין ווייט דערפון.
מאנכע זאגן אז זיי זענען נישט קעגן וואקסינען, נאר קעגן געוויסע באשטאנדטיילן וואס מען לייגט אריין דערין וואס קען זיין געפארפול. טייל זאגן אז וואקסינען האבן שאלות פון כשרות, איז דאס ריכטיג?
דאס איז מיט די גאנצע רעספעקט א נארישע טענה, קודם כל לייגט מען בכלל נישט אריין די וואקסינען אין מויל, מען געבט דאס דורך א נידל, אשר על כן עלימינירט דאס די גאנצע כשרות פראבלעם, דאס איז אויסערדעם וואס ווען עס קומט צו מעדיצין איז נישט דא די אישו.
בנוגע די באשטאנדטיילן וואס ליגן דערין, דאס טוט מען שוין פאר לאנגע יארן און די גאווערמענט האט דאס שוין אויסגעארבעט זייער אסאך יארן צוריק.
אין אנפאנג איז געווען “פייזער”, דער פירמע וואס האט געמאכט די דראגס, אבער עס איז נישט געווען אזוי גוט אויסגעארבעט. שפעטער אין די זיבעציגער יארן האט עס די פירמע “מור”ק” איבערגענומען און אינוועסירט שווערע מיליאנען דאלער צו איבערמאכן די רעצעפט פון די וואקסין, און אויסארבעטן די דראג צו זיין גאר ווירקזאם, און אומשעדליך.
פארוואס איז די רעגירונג אזוי אגרעסיוו קעגן די וואס נעמען נישט די שאַטס?
מיזעלס איז א זאך וואס וואלט שוין באמת געדארפט זיין גענצליך אויסגעראטן; אין יאר 2000 האט עס געהייסן אז עס איז שוין נישט דא, און יעצט איז עס צוריקגעקומען גאר שטארק פון אנדערע לענדער ווי די היגיענישע ריינקייט איז שוואך נאכגעפאלגט און עס פליען ארום שעדליכע מחלות איינער צום אנדערן, זיי זעען וואו אנשטאט יעדער זאל אליינס פארשטיין די וויכטיגקייט פון זיך וואקסינירן, און העלפן אויסראטן די מחלות, זענען דא “אנטשולדיגט פאר מיין אויסדרוק,” א ‘דזשיהאד’ גרופע וואס מאכט א חורבן.
די גאווערמענט ארבעט מיט א חשבון און די העלט דעפארטמענט האט א ‘רעגיסטרי’ווי עס באריכטעט פונקטליך אויף יעדע קינד וואספארא וואקסינאציעס ער האט שוין באקומען, אזוי אז זיי קענען זען פונקטליך ווער עס האט שוין גענומען די שאטס. זיי האבן געהאט א חשבון פון ארום 1,800 קינדער אין וויליאמסבורג וואס זענען נישט געווען וואקסינירט, וואס דאס מיינט אז ווילאנג די אלע קינדער גייען נישט זיין וואקסינירט, אדער אנגעשטעקט פון די מיזעלס, וועט עס נישט ווערן עלימינירט.
די לעצטע מאל מיזעלס איז ארומגעפארן איז געווען ארום 200 אנגעשטעקטע און דאס איז שוין געווען אסאך. יעצט רעדט מען פון איבער 500 (צי אפשר מער, ווייל נישט יעדער דערציילט) וואס האבן עס, דאס איז ממש א שרעקליכער מצב און א ערנסטע געפאר, אזעלכע ציפערן זעט מען נאר אין די דריטע וועלט לענדער און די גאווערמענט קען נישט צולאזן אז עס זאל גיין צו די טויזענטער, און דאס איז פארוואס זיי זענען אזוי אגרעסיוו.
זאל זיך ארויסשטעלן אז עס זענען יא דא געוויסע וואס האבן שאדן געהאט, וואלט מען דאס ווייטער אינפארסירט?
מיין רבי כ”ק אדמו”ר מסאטמאר שליט”א האט געגעבן צו פארשטיין נאכן הערן די טענות פון אנגעזעענע דאקטוירים און אזוי אויך פון אנטי-וואקסין אקטיוויסטן. אז “ווען מען מאכט אן אפענע הארץ אפעראציע” זענען אויך דא מענטשן וואס בלייבן נעבעך אונטערן מעסער און מאכן עס נישט ליידער, וועגן דעם זאל מען אויפהערן מאכן הארץ אפעראציעס?”
די זעלבע זאך דא, עס קען זיין אז פון די מיליאנען שאטס, זענען דא געציילטע פעלער וואו עס האט נישט געארבעט, אדער האבן פאסירט קאמפליקאציעס. די פאקט איז, אז ווען עס איז נישט געווען קיין וואקסינאציעס זענען הונדערטער טויזענטער מענטשן געשטארבן ל”ע און עס שטארבן נאך היינט און די דריטע וועלט לענדער הונדערטער מענטשן וועגן די מיזעלס, דאס מיינט אז מען זאל אויפהערן מיט די וואקסינען? לאמיר שוין זאגן אז עס זענען יא געווען פראבלעמען, איז אבער נישט פארהאן קיין שום באווייזן אז די וואקסינען זאלן האבן געברענגט סיי וועלכע פראבלעמען, מען רעדט שוין אפילו אז עס זענען יא פארהאן דאקומענטירטע פעלער.
וואס זאגט איר איבער די אסיפה אין מאנסי וואו מען האט זיך צוזאמגענומען רעדן קעגן וואקסינירן?
די אסיפה אין מאנסי ציייגט אויף א יואש-געפיל וואס הערשט ביי דער אנטי-וואקסין לאגער. זיי זענען שטארק פארצווייפלט, נישטא וואס צו רעדן, ס’איז נישט פאראן קיין איין מוסד וואס וועט לאזן אומוואקסינירטע קינדער קומען אין די חדרים אדער אין די שולעס, ספעציעל אין וויליאמסבורג, דעריבער פרובירן זיי זיך מחזק זיין אין פארעם פון א פארזאמלונג.
זיך צוזאמענקומען ביי אזא אוונט סתם צו האקן אויף די מעיאר, דעפארטמענט אוו העלט, אויף דאקטוירים און רבנים מאכט ממש נישט קיין סענס, די פאקט איז, מיר האבן אריינגעלייגט אין די פאפירן א בקשה פון ארום 500 דאקטוירים וועלכע סערווירן דעם גאנצן היימישן ציבור, פון וויליאמסבורג, ביז פייוו-טאונס, קרית יואל ביז מאנסי און אזוי ווייטער, און אלע זאגן און בעטן, “וואקסינירט אייערע קינדער”, קומט דער גרופע און סיי מאכן אן אסיפה ביי וועלכע עס טרעטן אויף צווייפלהאפטיגע עלעמענטן מיט א טונקעלע היסטאריע, מענטשן וועלכע האבן נישט קיין שום ערפארונג אין די וועלט פון מעדיצין אהער פארמאגן יא א רעקארד פון טון אנדערש ווי אנגענומען באזירט אויף ראדיקאלע מיינונגען.
זיי האבן געהאט א טעלע-קאנפערענץ וואו עס האט גערעדט פאר זיי א באקאנטער קאָנספּיראציע-טעאריקער, דער אויבן דערמאנטער וועקפיעלד פון לאנדאן וועלכע האט פארלוירן זיין לייסענס. פון אזאנע מענטשן הערט מען את המעשה אשר יעשון? אידן וועקט אייך אויף!
האבן זיך זאכן גערוקט לטובה? זענען שוין יעצט דא ווייניגער אומוואקסינירטע קינדער?
אסאך מענטשן וואס האבן נישט געוואוסט וועמען אויסצוהערן און זענען געווען צעמישט, האבן זיך למעשה וואקסינירט, מיר אין פּאַרקעיר’ האבן געהאט א רעקארד נומער פון וואקסינען, און בכלל ווייזט די פאקט אויף א געוואלד פון מענטשן וואס האבן וואקסינירט די קינדער.
ווידעראום איז דא ארום 200 ביז 250 פאמיליעס אין וויליאמסבורג, וועלכע האבן זיך נאכנישט וואקסינירט, און האלטן זיך אפ פון טון אזא גאר וויכטיגע זאך צוליב בלויזע פוסטע איינרעדענישן, עס איז צום האפן אז ביז א קורצע צייט וועלן מענטשן איינזען וואס איז ריכטיג און זיך עפענען די אויגן אן זיין קלוגער פון יעדן.
מען רעדט דא לכאורה פון ארום 15 ביז 18 הונדערט קינדער וועלכע דרייען זיך ארום אומוואקסינירט, און ווילאנג זיי גייען נישט באקומען שאטס, אדער ווערן אנגעשטעקט, גייט זיך די אויסברוך נישט ענדיגן, דאס ברענגט געוואלדיגע ריזיקעס פאר מענטשן וואס מוטשען זיך מיט מחלות און האבן א שוואכע אימיון סיסטעם, עס איז ממש אומפארשטענדליך פון וואו די מענטשן נעמען די אחריות, זיי קוקן נישט אויף די געזונט פון אנדערע מענטשן, און פון זיך אליינס, עס איז א געפערליכע זאך.
וואס זאגט איר איבער די פאקט אז מענטשן מאכן מיזעלס פארטיס און שטעלן אויס די קינדער צו מיזעלס, אין ספעציעלע דירעקטע צוזאמקומען?
די עצם פאקט אז עלטערן, שטעלן אויס זייערע קינדער איבערצוכאפן א מחלה, איז נישט קיין זאך וואס שטעלט זיך אויפן שכל, עס איז דאס ארגסטע וואס מען קען טון, קיין שום מחלה אין די וועלט איז נישט קיין גוטע זאך, נישטא אזא זאך מען זאל קענען זאגן, “באקום א מחלה, עס איז גוט פאר דיר,” א מחלה איז א מחלה, צי עס הייסט מיזעלס, צי עס הייסט מאָמפּס, צי עס הייסט סיי וויאזוי, עס איז א קרענק, און מען טאר נישט איבערגעבן קרענק, פארוואס? פארוואס טוען דאס מענטשן?
א דעבאטע געווענליך באשטייט פון 2 זייטן. די אנטי-וואקסין דערקלערטע מבינים בעטן אויך אלעמאל, ‘לאמיר דיר מסביר זיין מיין זייט’ פון די געשיכטע, אנדערע וואס געבן שוין יא וואקסינאציעס טוען זיך אויף אז טראץ וואס זיי וואקסינירן, זענען זיי ‘אפּען-מיינדע”ד’ און פארשטייען די אנדערע צד. איז בכלל דא א צווייטע זייט?
וואס איז שייך זייטן? בעפאר וואקסינען זענען נעבעך טויזענטער מענטשן אומגעקומען פון מיזעלס. דא האסטו די גאנצע עסטעבלישמענט אין די מעדיצינישע וועלט, אלע שטאטן אין אמעריקא, אלע לענדער, אלע דאקטורים און פּראפעסיאנאלן זענען פאראייניגט אז דאס איז א גוטע זאך, און דא קומען א הייפעלע מענטשן אן קיין שום ערפארונג אין די געביט פון מעדיצין און זאגן אנדערש? עס שטעלט זיך נישט אויפ’ן שכל.
איר הערט אמאל אויס דרשות אדער טענות פון מענטשן וואס וואקסינירן נישט די קינדער?
איך האב זיך גראדע גענומען די מי און אויסגעהערט א דרשה פון א באקאנטער אנטי-וואקסין פיגור, וועלכע רעדט אויף א האטליין, יעצט דעם ערשטן מאל ארומגעפארן א דרשה ווי ער רעדט פאר 25-מינוט, אלס וואס איך האב ארויסגענומען פון זיין רעדע איז דאס אז מען רודפ’ט אים און מען לאזט אים נישט אריין דא אדער דארט. איך האב נישט געקענט ארויסנעמען עפעס סובּסטאַנץ אדער א קלארע סיבה אין זיינע ווערטער פארוואס מען זאל נישט וואקסינירן. איך בין געווען שאקירט, ער געבט זיך אן אלס א גרויסע מבין און זיין נאמען ווערט אסאך דערמאנט. ער הייסט דאך פון די גרויסע חכמים, איך האב נישט געהערט אין זיינע 25 מינוט, קיין שום אינהאלט, אלס איז פוסטע האקעריי, און איך וואונדער זיך פארוואס מענטשן טוען דאס.
עס איז נישט דא אין די וועלט אזא מושג אז מענטשן זאלן זיך לאזן קראנק מאכן. מיזעלס איז א קרענק, א קרענק דארף מען אויסמיידן. ווען מען וואקסינירט, ווערט מען נישט אנשטעקיג, ווארטן מיר דען אז מען זאל זיך איבערצייגן אין טראגעדיעס חס ושלום אוו מען זאל דאן זאגן, אהה, מיר האבן א טעות געהאט? קען איינער נעמען די אחריות דערויף?
ווען קען מען באקומען די וואקסינען אין פארקעיר, וויאזוי ארבעט דאס, און וואס זענען די מעלות פון זיך באנוצן מיט אייער בארימטע געזונטהייט צענטער?
פאר יונגערע וועלן מיר געבן די וואקסינען פריי פון אפצאל, און פאר עלטערע וועלן מיר דורכפירן א טעסט צו זען אויב די אימיון סיסטעם איז גענוג שטארק צו באקעמפן די מיזעלס, מאָמפּס און רעבעלע, און אויב וועלן די רעזולטאטן זיין נידריג וועלן מיר געבן א ‘בּוסטער’ צו שטארקן די סיסטעם. אונזער שטאב איז בארימט צו געבן גאר גוטע און העפליכע באהאנדלונגען פאר אלע אונזערע קליענטן און מיר קוקן אלעמאל ארויס פאר ‘געזונטע קליענטן’.
די מעלה פון ‘פּאַרקעיר” איז אז עס איז אַ מולטי-ספעשעלטי צענטער מיט דאקטוירים פאר אלע יארגענג און הינזיכטן. מיר האבן דא א דערמעטאַלעדזשיסט (הויט-דאקטער) א פעדייעטריסט (פיס-דאקטער) אן ענדאָקרענאַלעדזשיסט (צוקער-אנגעלעגנהייטן און מער) פיזיקל טעראַפּי, אַקופּעישענעל טעראַפּי, א האַרץ דאקטער, און דאס מאכט עס פאר א צענטער ווי מען קען אלעס האבן אונטער איין דאך.
צום שלוס, וואס איז אייער מעסעדזש פאר אונזערע ליינער?
אן אויסברוך איז א שרעקליכע זאך, עס קען קאסטן לעבנס ח”ו. מיר אידן לעבן גאר נאנט טיר-צו-טיר, קע”ה מיט קינדער-געבענטשע פאמיליעס. מען גייט אין שול, מען טרעפט זיך אסאך, און מיר זענען זייער געזעלשאפטליך. דאס איז שוין אויסער די פאקט אז די נישט אידישע באפעלקערונג באטראכט אונז מיט קרומע בליקן פארוואס מיר דארפן אלעמאל זיין אנדערש, און אויסער א חילול השם, ברענגען די זאכן נישט קיין גוטס.
עס איז אן אחריות פון אלע עלטערן צו אויסהערן וואס עס זאגן די דאקטוירים און רבנים און וואקסינירן די קינדער. איר ווילט קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה, און נישט לאזן אייערע קינדער זיך ארומדרייען מיט קרענק וועלכע קענען ווערן גאר קאמפליצירט און פאטאל, דערציילט אייערע פריינט ווי וויכטיג דאס איז, און מאכט זיכער אז אלע אייערע פאמיליע מיטגלידער פארשטייען די וויכטיגקייט, מיט די גרעסטע מאס רעספעקט, פרעגט אייך נאך ביי אייערע שכנים, און אין נאמען פון די חולי ישראל, אין נאמען פון די הונדערטער עסקנים, אין נאמען פון די רבנים און די גאנצע מעדיצינישע וועלט, פאדערט זיי אויף צו טון וואס ס’איז ריכטיג.
אויך איז וויכטיג צו אכטונג געבן און נישט אריינגיין אין קיין טענה’רייען מיט מענטשן וואס מאכן סתם שאדן, איך האב שוין עטליכע מאל געהערט פון אנטי-וואקסינען אקטיוויסטן אזאנע הארצרייסנדע נאנסענ”ס אז די בלוט איז מיר ארויפגעקומען אין קאפ, נישט דא קיין שום סיבה זיך צו טענה’ען, כל זמן די מענטשן האבן נישט קיין ערנסטער דעגרי אין מעדיצין, דארף מען זיך פארלאזן אויף די וואס האבן יא.
זאל השי”ת האלטן די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער, אוועקנעמען אלע קרענק און מיר זאלן קענען געזונטערהייט אויפנעמען משיח צדקנו, בב”א.
זייער שטארקע פאוינטס keep on!!!
בקיצור ער זאגט און זאגט אז עס איז שטותים וואס די אנטיס זאגען און דעטס איט אבער דורך גיין טענה ביי טענה און עס אפענטפערן קוקט אויס קען ער נישט
מורא’דיג קלאר! כוואל געוואלט האבן וואו צו קאנטעקטען גרשי, אימעיל וכדו’, אויסצושמועסן אפאר קושיות וואס פארט ארום צווישן די היימישן ציבור
100% גערעכט! איבער וואס מאנכע טענה’ן אז נישט יעדער טענה האט ער אפגעענטפערט קען מען נישט בעסער זאגן ווי זיי מסביר פ”וו יעדער גייט נישט מיט זאקן אויף די קאפ…….. נישטא צו זאגן אויף יעדן’ס שטותים, בלויז טראכט מיט א קלארן בליק און אדרבה אויב עפעס זאלט איר זיך בעסער אינטערעסירן און נאכקוקן וועט איר אליין זעהן אז רוב העצערישע סטעיטמענטס זענען פאלש וד”ל